אָנלײַן־רעפֿעראַט אויף ייִדיש וועגן ליטעראַרישער שעפֿערישקייט בײַ חסידיםOnline lecture in Yiddish on Hasidic literary creativity
דער ליטעראַטור־עקספּערט יעקבֿ דזשאַראָן־לויִס וועט ווײַזן אויסצוגן פֿון חסידישע זשורנאַלן, פּאָדקאַסטן און אָנלײַן־פֿאָרומס.

Graphic by Angelie Zaslavsky
דער ייִדיש־קאָמיטעט בײַ דער טאָראָנטער ייִדישער פֿעדעראַציע אָרדנט יעדעס יאָר אײַן אַ רעפֿעראַט אויף מאַמע־לשון לזכר דעם פּאָעט שׂימחה סימכאָוויטש.
הײַיאָר וועט יעקבֿ דזשאַראָן־לויִס, אַ געהילף־פּראָפֿעסאָר פֿון ליטעראַטור בײַם מאַניטאָבער אוניווערסיטעט אין וויניפּעג, רעדן וועגן דער שעפֿערישקייט פֿון הײַנטיקע חסידים אויף ייִדיש. ער וועט זיך טיילן מיט מוסטערן פֿון חסידישע פּאָדקאַסטן, ליטעראַרישע זשורנאַלן און אָנלײַן־פֿאָרומס און געבן אַן איבערזיכט פֿון די לידער, דערציילונגען און פּאָליטישע דעבאַטעס וואָס מע קען בײַ זיי טרעפֿן. דערבײַ וועט ער דערקלערן ווי אַזוי ניט־חסידים קענען באַרײַכערן זייער לשון דורכן זיך באַקענען מיט אַזעלכע מאַטעריאַלן.
די פּראָגראַם, וואָס מע וועט קענען זען בחינם דורך „זום“, וועט פֿאָרקומען זונטיק, דעם 6טן יוני, 2:00 נאָך מיטאָג ניו־יאָרקער צײַט. כּדי זיך צו פֿאַרשרײַבן, גיט אַ קוועטש דאָ.
יעקבֿ דזשאַראָן־לויִס איז אַ ספּעציאַליסט אין דער אַלט־ייִדישער ליטעראַטור פֿון איטאַליע און אין חסידישע דערציילונגען. איינע זײַנע פֿאָרשאַרבעטן, וועגן אַ כּתבֿ־יד פֿון 1504, אין וועלכן דער שרײַבער מנחם אָלדענדאָרף באַטראַכט פֿראַגעס פֿאַרבונדן מיטן טויט, איז געדרוקט געוואָרן אינעם חסידישן זשורנאַל, „דער וועקער“. דעם כּתבֿ־יד קען מען לייענען אויף דזשאַראָן־לויִסעס וועבזײַט דאָ.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
