וואַרשעווער ייִדישער טעאַטער פֿירט קאָנקורס פֿאַר די בעסטע אָריגינעלע פּיעסעסWarsaw Yiddish Theater heading contest for the best original plays
די ווערק דאַרפֿן ניט זײַן אויף פּויליש אָבער מוזן באַגלייט ווערן מיט אַן איבערזעצונג אויף פּויליש, ייִדיש, ענגליש, רוסיש אָדער העברעיִש.

Graphic by Angelie Zaslavsky
דער ייִדישער טעאַטער אַ׳׳נ אסתּר־רחל און אידאַ קאַמינסקאַ אין וואַרשע האָט געמאָלדן אַז ער פֿירט דורך אַ קאָנקורס פֿאַר נײַע אָריגינעלע פּיעסעס אויף ייִדישע טעמעס, פֿאַרבונדן מיט ענינים וועגן דעם דיאַלאָג צווישן מענטשן פֿון פֿאַרשיידענע ראַסן, מינים, רעליגיעס און סאָציאַלע שיכטן.
דער טעאַטער איז ספּעציעל פֿאַראינטערעסירט אין אַזעלכע טעמעס ווי רעליגיע, קנעכטשאַפֿט און באַפֿרײַונג, גוואַלד־מעשׂים, יתומים, מיגראַנטן און אַנדערע באַעוולטע גרופּעס.
דער העכסטער פּריז וועט באַטרעפֿן 30,000 זלאָטי (בערך $8,150), און נאָך דרײַ געווינערס וועלן באַלוינט ווערן 5,000 זלאָטי (בערך $1,350).
כאָטש דער קאָנקורס ווערט אָנגעפֿירט פֿונעם וואַרשעווער ייִדישן טעאַטער מוז די פּיעסע ניט זײַן אויף פּויליש. כּדי אָנגענומען צו ווערן אינעם קאָנקורס, מוז מען אָבער באַגלייטן דעם סצענאַר מיט אַן איבערזעצונג אויף פּויליש, ייִדיש, ענגליש, רוסיש, אָדער העברעיִש.
די פּיעסע דאַרף זײַן אַ נײַע און אָריגינעלע, נישט קיין באַאַרבעטונג פֿון אַ פֿריִערדיק ווערק, וואָס מע האָט שוין געדרוקט אָדער געשפּילט אויף דער בינע. יעדער אָנטיילנעמער אינעם קאָנקורס מעג אַרײַנשיקן בלויז איין סצענאַר. דער טערמין אַרײַנצושיקן איז דער 15טער סעפּטעמבער 2021.
כּדי אַרײַנצושיקן אַ סצענאַר אינעם קאָנקורס, אָדער זיך דערוויסן מער פּרטים, גיט אַ קוועטש דאָ.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
