ווי אַ פֿראַצייזישע צײַטונג האָט באַשריבן שלום עליכמס לוויה אין 1916How a French newspaper described Sholem Aleichem’s funeral in 1916
די וואָך מערקט מען אָפּ שלום־עליכמס 105טן יאָרצײַט

Graphic by Angelie Zaslavsky
אין מײַ 2021 איז געװאָרן 105 יאָר זינט דער פּטירה פֿונעם קלאַסיקער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, שלום־עליכם. אין שײַכות דערמיט האָב איך געפֿאָרשט פּובליקאַציעס אין דער ייִדישער פּרעסע, דערשינען אין פֿאַרשײדענע שפּראַכן איבער דער גאַנצער װעלט, בכדי צו דערװיסן זיך װי אַזױ האָט מען זיך אָפּגערופֿן אין יענער צײַט אױף דער דאָזיקער אומעטיקער געשעעניש.
לאָמיר איצטער ברענגען דאָ אײניקע אױסצוגן פֿון אַן אַרטיקל װעגן דעם שרײַבערס לוויה, פֿאַרעפֿנטלעכט דעם 30סטן יוני 1916 אין דער פֿראַנצײזיש־שפּראַכיקער װעכנטלעכער צײַטונג L’Aurore (דער צפֿון־ליכט), אַרױסגעגעבן אין דער הױפּטשטאָט פֿון דער אָסמאַנישער אימפּעריע, קושטא (סטאַמבול).
„אינעם טאָג פֿון זײַן לוויה, דעם 15טן מײַ 1916, איז די גאַנצע ייִדישע באַפֿעלקערונג פֿון ניו־יאָרק — אַ געמײנדע פֿון אַ מיליאָן נפֿשות — געװען אין טרױער. אױך אין אַלע שטעט פֿון די פֿאַראײניקטע שטאַטן איז אָט דער טאָג געװען די צײַט פֿון טרױער פֿאַר די ייִדן פֿון אַלע קלאַסן. דער ריזיקער קאָרטעזש פֿון פֿינף און צװאַנציק טױזנט מענטשן (אַ באַפֿעלקערונג פֿון עפּעס אַ גאַנצער שטאָט) האָט זיך באַװעגט איבער די גאַסן פֿון ניו־יאָרק װי אַ מענטשן־שטראָם מיט די שטילע כװאַליעס. די שולקינדער און די דעלעגאַציעס פֿון פּאָליטישע, קולטורעלע, פּראָפֿעסיאָנעלע און װירטשאַפֿטלעכע אָרגאַניזאַציעס, װאָס האָבן געפֿורעמט דעם קערן פֿונעם טרױערמאַרש, האָבן פֿאַרנומען די אַלע גאַסן פֿונעם צפֿונדיקן בראָנקס, דורך האַרלעם און דער צװײטער אַװעניו, דורך דעם צענטער פֿונעם ייִדישן קװאַרטאַל איסט־סײַד, ביז איסט־בראָדװײ, דעם צענטער פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער פּרעסע.
די לװיה פֿון אַ ייִדישן שרײַבער, װעלכער איז געקומען ניט לאַנג צוריק פֿון רוסלאַנד האָט אָפּגעשטעלט אױף אַ גאַנצן טאָג דאָס לעבן פֿון אַ היפּשן טײל פֿונעם אַמעריקאַנער כּרך־גדול‟.

Image by Forverts
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news. All donations are still being matched by the Forward Board - up to $100,000 until April 24.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
