Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

נײַע מעלאָדיעס צוגעפּאַסט צו מרדכי געבירטיגס פּאָעזיעMordechai Gebirtig’s poems set to music

דער קאָמפּאָזיטאָר מײַקל הײַזער האָט געשאַפֿן די מעלאָדיעס בעת דער פּאַנדעמיע און געשטעלט די נאָטן און רעקאָרדירונגען אָנלײַן.

מײַקל הײַזער, אַ קאָמפּאָזיטאָר און ליבהאָבער פֿון ייִדישע לידער, האָט אין משך פֿון דער מגפֿה־פֿאַרשפּאַרונג קאָמפּאָנירט מעלאָדיעס פֿאַר די לידער פֿון מרדכי געבירטיג, ווי אויך עטלעכע פֿון די פּאָעטן אַבֿרהם סוצקעווער, אַבֿרהם רייזען און אַהרן לוצקי.

דערבײַ האָט ער געשאַפֿן אַ וועבזײַט וואָס נעמט אַרײַן די נאָטן צוזאַמען מיט די אָריגינעלע טעקסטן אויף ייִדיש, אין טראַנסליטעראַציע און אין זײַן ענגלישער איבערזעצונג. בײַ ס’רובֿ לידער האָט ער אויך צוגעגעבן אַ רעקאָרדירונג אויף „יוטיוב“, מע זאָל זיי קענען הערן.

הײַזער, וועלכער וווינט אין לאָנדאָן, איז שוין 35 יאָר לאַנג אַ ליבהאָבער פֿון ייִדישן געזאַנג. ער באַטייליקט זיך אינעם לאָנדאָנער ייִדישן כאָר, דיריגירט פֿון פּאָלינאַ שעפּערד, און ער טרעט אָפֿט אויף אינעם חודשלעכן לאָנדאָנער „ייִדיש אָפּען מײַק קאַפֿע“. זינט דעם אָנהייב פֿון דער מגפֿה איז דער „אָפּען מײַק“ געוואָרן אַ „זום“־אונטערנעמונג מיט באַטייליקטע פֿון איבער דער וועלט. ווי אַ פּועל־יוצא האָבן אַ סך צוהערערס שוין געהערט זײַנע מעלאָדיעס.

הײַזערס וועבזײַט גיט אויך איבער אַ ביאָגראַפֿיע פֿון געבירטיגן, ווי אויך פֿאַרשיידענע לינקס, טאָמער וויל דער באַזוכער זיך דערוויסן מער פּרטים. געבירטיג איז געבוירן געוואָרן אין קראָקע אין 1877 און איז אומגעקומען אין קראָקעווער געטאָ אין 1942. עטלעכע פֿון זײַנע לידער זײַנען געוואָרן גאָר פּאָפּולער נאָך פֿאַרן חורבן; לידער ווי „קינדער־יאָרן“, „רייזעלע“, און „ס’ברענט“. ער האָט אַליין קאָמפּאָנירט די מעלאָדיעס פֿאַר אַ סך לידער זײַנע, ספּעציעל פֿאַר דער זאַמלונג „מײַן פֿײַפֿעלע“, וואָס איז ערשט אַרויס נאָך זײַן טויט, אין ישׂראל אין 1997. ס’רובֿ לידער אין „מײַן פֿײַפֿעלע“ האָט געבירטיג מסתּמא געשריבן אין די יאָרן 1907־1908, בעת ער איז געקומען צו די כּוחות נאָך אַ האַרצקראַנקייט.

די שטימונג פֿון די לידער אַליין און פֿון הײַזערס מעלאָדיעס איז בדרך־כּלל אַן אומעטיקע, אָדער אַפֿילו אַ מוראדיקע. אַ מאָל כאַפּט דיך אָן אַ פּחד, בלויז לייענענדיק דעם טיטל ווי, למשל, „מײַן האַרץ איז פֿול מיט שרעק“. דאָס שפּיגלט אָפּ סײַ געבירטיגס שטימונג בעת אַ שווערער צײַט אין זײַן לעבן, סײַ די אַלגעמיינע שטימונג פֿון דער וועלט בעת דער מגפֿה־תּקופֿה.

דאָס ליד, „סליחות“, וואָס איז וועגן גאָטס כּעס איבער די זינד פֿון דער מענטשהייט, ענדיקט זיך מיט ייִאוש: „די סליחה פֿאַרמאַכט, נעמט אײַך קדיש צו זאָגן, / אײַער טאַטע — ער הערט אײַך נישט מער…“

„מײַן האַרץ“ פֿאַרגלײַכט דעם פּאָעטס לעבן צו אַ פֿיש אין טײַכל — וואָס וועט נישט שווימען צו פֿיל לענגער.

„האַרבסט“ איז כּמעט אַ נבֿואה פֿונעם חורבן. דער פּאָעט זעט פֿאַר זיך אַ וויזיע, ווי עס וועט „קומען פֿון ווײַט, אַ בייזער, אַ מלך“, וואָס וועט חרובֿ מאַכן דאָס לאַנד. עס וועט נישט בלײַבן “קיין פֿויגל אין וואַלד, קיין בלימל, קיין גרעזל / נאָר ביימער מיט נאַקעטע צווײַגן„.

אין „אַ הײסע טרער“, רעדט דער פּאָעט צום קברן, וואָס וועט אים באַגראָבן. „דער פֿאַרשטערטער סדר“ איז וועגן דעם שווערן לעבן פֿון אַ טרעגער, וואָס זײַן פּרנסה איז צו שלעפּן שווערע קאַסטנס, און איבער דעם קען ער ניט הנאה האָבן פֿונעם ייִדישן יום־טובֿ. אַפֿילו דאָס ליד, „צו דײַן געבורטסטאָג“, איז וועגן איינעם, וואָס האָט חרטה, וואָס ער איז געבוירן געוואָרן.

אָבער בײַ אַ פּאָר לידער שפּירט מען אויך אַ פֿינקל האָפֿענונג. אין „גענוג געװײנט“, באַשליסט דער דיכטער מער נישט צו זינגען קיין אומעטיקע לידער, נאָר פֿריילעכע. און אין „דאָס אײביקע לעבן“ ווינטשט זיך דער פּאָעט דעם טויט — אָבער ווען ער זעט די וווּנדער פֿון דער וועלט, וויל ער פֿאַרקערט — לעבן אייביק.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.