Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ניו־יאָרקער רעקלאַמעס דערקלערן אויף ייִדיש ווי צו שטימען אין נײַער וואַלסיסטעםYiddish NYC ads explain how to vote in the new system

וויילער קענען איצט שטימען פֿאַר מער ווי איין קאַנדידאַט.

דעם 22סטן יוני וועלן די ניו־יאָרקער וויילער שטימען אין די נאָמיניר־וואַלן (פּרײַמעריס, בלע״ז), אָבער דאָס מאָל — ניצנדיק אַ נײַע וואַלסיסטעם, וואָס גיט דעם וויילער אַ גרעסערע דעה אין די וואַלן.

דערפֿאַר האָט די שטאָט־רעגירונג לעצטנס אויסגעטיילט אינפֿאָרמאַציע וועגן דער נײַער סיסטעם אויף פֿאַרשיידענע שפּראַכן, אַרײַנגערעכנט ייִדיש. אַנאָנסן אויף חסידיש ייִדיש זײַנען דערשינען אויף פֿייסבוק און אויף אינסטאַגראַם און מע קען באַקומען אַ סך מער אינפֿאָרמאַציע וועגן די וואַלן אויף ייִדיש אַז מע גיט אַ קוועטש דאָ.

בײַ די וואַלן וועט מען שטימען פֿאַר קאַנדידאַטן פֿון אַ סך שטאָטישע אַמטן, אַרײַנגערעכנט דעם מעיאָר, די באָראָ־פּרעזידענטן, און ס’רובֿ מיטגלידער פֿונעם שטאָטראָט (סיטי־קאַונסיל).די נײַע וואַלסיסטעם רופֿט מען „שטימען לויטן סדר פֿון פּרעפֿערענץ‟ (אויף ענגליש: ranked-choice voting).

אין תּוך איז עס אַזוי: מע מוז נישט שטימען פֿאַר בלויז איין איינציקן קאַנדידאַט, נאָר מע קען אויסקלײַבן ביז פֿינף קאַנדידאַטן, און מע באַצייכנט זיי אויפֿן צעטל לויטן סדר פֿון פּרעפֿערענץ. אין דער ערשטער קאָלומנע באַצייכנט מען דעם באַליבטסטן קאַנדידאַט אין דער צווייטער קאָלומנע — דעם צווייט־באַליבטסטן אאַז”וו.

אויב קיין איין קאַנדידאַט באַקומט נישט מער ווי פֿופֿציק פּראָצענט פֿון די שטימען אין דער ערשטער קאָלומנע, רעכנט מען שוין אַרײַן די שטימען פֿון דער צווייטער קאָלומנע, און אַזוי כּסדר ביז איין קאַנדידאַט באַווײַזט זיך פֿאַרן געווינער. אָבער וויילערס וואָס ווילן שטימען פֿאַר בלויז איין קאַנדידאַט קענען ווײַטער אויסקלײַבן בלויז איינעם אין דער ערשטער קאָלומנע.

לויט דער נײַער סיסטעם קען יעדער וויילער האָבן אַ גרעסערע השפּעה אויפֿן פֿאַרמעסט, אַפֿילו ווען זײַן באַליבטסטער קאַנדידאַט געווינט נישט. די קאַנדידאַטן, ווידער, וועלן פּרוּוון צו מאַכן אַ מער פּאָזיטיוון רושם אויפֿן ברייטן עולם, ווײַל זיי דאַרפֿן זוכן די שטיץ אַפֿילו פֿון אַזעלכע וויילערס, וואָס האָבן בעסער ליב אַן צווייטן. מע האָפֿט, אַז דאָס וועט ברענגען אַ מער רויִקע וואַל־אַטמאָספֿער, ווי מע האָט געזען אין משך פֿון די לעצטע יאָרן.

לויט דער דערפֿאַרונג מיט דער דאָזיקער סיסטעם אין אַנדערע שטעט, פֿירט זי צו דעם, אַז מער פֿרויען און מער פֿרויען מיט טונקעלער הויט געווינען די וואַלן.

וויילערס וואָס ווילן הערן ווי מע דערקלערט אויף ייִדיש זייערע רעכט אין די וואַלן זאָלן גיבן אַ קוועטש דאָ. דאָס קול איז פֿונעם באַקאַנטן ייִדישן אַקטיאָר לאָזער טווערסקי, וואָס איז דערצויגן געוואָרן אין אַ בעלזער חסידישער משפּחה.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.

If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.

Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism. 

—  Rukhl Schaechter, Yiddish Editor

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.