ווידעאָ: אַ געראָטן מאכל צום אָנהייב זומער: שטשאַווWATCH: A perfect delicacy for the beginning of summer – schav (aka sorrel soup)
דאָס געוויקס פֿאַר דער קאַלטער זופּ קען מען געפֿינען אומעטום, אפֿשר אַפֿילו בײַ אײַך אין גאָרטן!

Graphic by Angelie Zaslavsky
ניט געקוקט אויף דעם וואָס קאַלטע זופּן ווערן אָפֿט אַסאָציִיִרט מיט שפּאַניע איידער רוסלאַנד, זענען זיי געווען זייער פּאָפּולער אויך בײַ די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן.
איין זופּ אַזאַ איז שטשאַוו. דאָס געוויקס שטשאַוו, וואָס זײַנע דרײַ בלעטעלעך זעען אויס ווי הערצעלעך, וואַקסט אומעטום אין אַמעריקע און מיזרח־אייראָפּע און אין אָט דעם קאַפּיטל „עסט געזונטערהייט“ ווײַזט איוו יאָכננאָוויץ איר שותּפֿקע, שׂרה־רחל שעכטער, אַז שטשאַוו וואַקסט טאַקע בײַ איר אין גאָרטן!
צוליב דעם וואָס שטשאַוו ווערט צוגעגרייט מיט סמעטענע, ווערט ער אָפֿט סערווירט צוזאַמען מיט בלינצעס און אַנדערע מילכיקע מאכלים. אין דעם ווידעאָ ווערט דער שטשאַוו באַגלייט מיט כרעמזלעך.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
