ווידעאָ: איינער פֿון אַ סך אופֿנים ווי צו מאַכן אַ קאַרטאָפֿל־קוגלWATCH: One of the many ways to make a potato kugel
אין דעם קאַפּיטל, פֿילמירט פֿאַר אַ לעבעדיקן עולם, באַקענען זיך שׂרה־רחל און איוו מיט אַ ייִדיש־רעדנדיקן משגיח.

Graphic by Angelie Zaslavsky
ס׳רובֿ צוקוקער פֿון דער קאָך־פּראָגראַם „עסט געזונטערהייט“, אָנגעפֿירט פֿון שׂרה־רחל שעכטער און איוו יאָכנאָוויץ, ווייסן אפֿשר נישט אַז זיי גרייטן געוויינטלעך צו די מאכלים אין שׂרה־רחלס קיך.
פֿון צײַט צו צײַט פּראָדוצירט דער פֿאָרווערטס קאַפּיטלען אויף אַנדערע ערטער. אין 2012 האָט מען אים אָבער פֿילמירט אין דער רחבֿותדיקער כּשרער קיך פֿונעם „פּערלסטאָון אָפּרו־צענטער“ לעבן באַלטימאָר, מערילאַנד, בעת דער „ייִדיש־וואָך“ — צום ערשטן מאָל פֿאַר אַ לעבעדיקן עולם.
אויף יענער קאָכסעסיע האָט מען צוגעגרייט צוויי מאכלים: אַ קאַרטאָפֿל־קוגל און אַ פּאַטלעזשאַן־סאַלאַט. דאָ וועט איר זען דעם ערשטן טייל, וועגן דעם קוגל. ווי איר וועט זען האָבן עטלעכע באַטייליקטע אַפֿילו צוגעהאָלפֿן בײַם צוגרייטן דאָס עסן.
אַ ספּעציעלער מאָמענט אין דעם עפּיזאָד איז ווען דער משגיח בײַם פּערלסטאָון־צענטער, הרבֿ מאיר קורצפֿעלד, דערקלערט אויף ייִדיש איין טייל פֿון זײַן אַרבעט: ווי צו קאָנטראָלירן די אייער.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
