נײַע ייִדישע פּיעסע אָנלײַן: „קאָראָנאַ און דער נײַער נאָרמאַל‟New Yiddish play online: “Corona and the new normal”
אין דער שעפֿערישער פּיעסע שפּילט דער אַקטיאָר אַבֿי האָפֿמאַן די ראָלע פֿון קאָראָנאַ, און סוזאַן טאָרען שפּילט די אינטערנעץ.

Graphic by Angelie Zaslavsky
זונטיק, דעם 11טן יולי, וועט מען פֿאָרשטעלן אָנלײַן אַ נײַע פּיעסע אויף ייִדיש, „קאָראָנאַ און דער נײַער נאָרמאַל‟, ווי אַ טייל פֿונעם יערלעכן בענעפֿיט לטובֿת דער ייִדישיסטישער אָרגאַניזאַציע, YAAANA. די פּיעסע וועט באַגלייט ווערן פֿון ענגלישע אונטערקעפּלעך.
די פּראָדוקציע איז אויפֿן סמך פֿון לאה האָפֿמאַנס פּיעסע, „קראַפֿט‟, וואָס איז אויפֿגעפֿירט געוואָרן אין 1930.
אין דער פּיעסע וועט דער ייִדישער אַקטיאָר אַבֿי האָפֿמאַן שפּילן די ראָלע פֿון קאָראָנאַ; סוזאַן טאָרען וועט שפּילן די אינטערנעץ; מיכל יאַשינסקי — פֿייסבוק, און משהלע מאַריאָ אַלפֿאָנזאָ — מאַדאַם נעטפֿליקס. עס וועלן זיך אויך באַטייליקן סאַם גונקלער, בערטאָלד קאַרסטען טרויקע, לאה קאַליש און לאה ראָזענפֿעלד.
נאָך דער פֿאָרשטעלונג וועט מען ווײַזן אַן אַנימאַציע וואָס באַגלייט אַ נײַ ליד פֿונעם לידער־שאַפֿער פּסוי קאָראָלענקאָ. די אַנימאַציע, געשאַפֿן פֿון קענדאַל איסטוווּד, איז אַ פּראָיעקט פֿון „ייִדישלאַנד קאַליפֿאָרניע‟.
די אויפֿפֿירונג וועט פֿאָרקומען 2:00 נאָך מיטאָג ניו־יאָרקער צײַט, 11:00 אין דער פֿרי קאַליפֿאָרניער צײַט, 8:00 אין אָוונט פֿאַר ס׳רובֿ פֿון אייראָפּע און 9:00 אין אָוונט ישׂראלדיקע צײַט.
בילעטן זענען $36. כּדי צו רעזערווירן אַ בילעט, גיט אַ קוועטש דאָ
נאָך מער אינפֿאָרמאַציע שרײַבט אַ בליצבריוו צו [email protected].
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
