לעצטע געלעגנהייט צו ענטפֿערן אויף פֿראַגעס פֿאַרן שפּיל, „משפּחה־מחלוקת‟Last chance to answer survey questions for Yiddish “Family Feud”
אינעם הײַיאָריקן שפּיל וועלן די באַטייליקטע פּרוּוון טרעפֿן די פּאָפּולערסטע ענטפֿערס פֿון די פֿאָרווערטס־לייענער.

Graphic by Angelie Zaslavsky
דעם זומער, וועט מען אויף דער ייִדיש־וואָך פֿון יוגנטרוף — אַ וואָך־לאַנגער צוזאַמענפֿאָר אין קאָפּייק, ניו־יאָרק, געפֿירט אין גאַנצן אויף ייִדיש — ממשיך זײַן אַ טראַדיציע וואָס מע האָט אָנגעהויבן מיט פֿינעף יאָר צוריק: מע וועט שפּילן אַ ייִדישן נוסח פֿונעם פּאָפּולערן טעלעוויזיע־שפּיל, „משפּחה־מחלוקת‟ (Family Feud בלע״ז).
אינעם שפּיל, וואָס מע האָט אויף דער ייִדיש־וואָך געגעבן דעם ייִדישלעכן נאָמען, „וואָס זאָגט עמך?‟, פּרוּוון די שפּילער טרעפֿן וואָס זענען די פּאָפּולערסטע ענטפֿערס אויף אַ צאָל פֿראַגעס אין אַן אַנקעטע.
הײַיאָר פֿאַרבעט מען די פֿאָרווערטס־לייענער, אַפֿילו די וואָס קומען נישט אויף דער ייִדיש־וואָך, זיך צו באַטייליקן אין דער אַנקעטע. די אַנקעטע באַשטייט פֿון 20 פֿראַגעס ווי, למשל: „וואָס פֿאַר אַ מאכל האָבן קאָלעדזש־סטודענטן ליב צו עסן?‟ אָדער „וועלעכס לאַנד האָט אַ גרויסע באַפֿעלקערונג?‟ אַלע ענטפֿערס וועלן געזאַמלט ווערן און דערפֿון וועט מען צונויפֿשטעלן אַ סטאַטיסטיק, כּדי די שפּילערס אויף דער ייִדיש־וואָך זאָלן קענען טרעפֿן וואָס זענען געווען די פּאָפּולערסטע ענטפֿערס. אויב איר ווילט זיך באַטייליקן אין דער אַנקעטע, גיט אַ קוועטש דאָ.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
