ווידעאָ: אַ יום־כּיפּור־מעשׂהלע פֿון שלום עליכם (מיט ענגלישע אונטערקעפּלעך)VIDEO: A Yom Kippur Tale by Sholem Aleichem (with English subtitles)
שיין בייקער דערציילט די מעשׂה פֿון מלך דעם חזן, וואָס שטאַרבט גלײַך נאָך יום־כּיפּור — און ווי די שטעטל־ייִדן האָבן זיך אָפּגערופֿן דערויף .

Image by Congress for Jewish Culture
אויב איר האָט נאָך נישט געלייענט אָדער געהערט שלום־עליכמס דערציילונג, „אים מעג מען מקנא זײַן‟ — וועגן דעם אָרעמאַן, מלך דעם חזן, וואָס איז געשטאָרבן יום־כּיפּור צו נעילה — איז זיכער כּדאי צו זען ווי דער ייִדישער אַקטיאָר און קולטור־טוער שיין בייקער דערציילט זי.
די מעשׂה איז אַ טייל פֿון שלום־עליכמס זאַמלונג, „קליינע מענטשעלעך מיט קליינע השגות‟.