Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

הרבֿ משה טענדלער, וואָס האָט שטאַרק געשטיצט דאָס שענקען אָרגאַנען, איז אַוועק צו 95 יאָרRabbi Moshe Tendler, strong proponent of organ donation, dies at 95

זײַן פּסק, אַז אַ קראַנקער קען באַקומען אָרגאַנען פֿון אַ מוח־טויטן, האָט במשך פֿון די יאָרן, געראַטעוועט דאָס לעבן פֿון אָן אַ שיעור פֿרומע ייִדן.

הרבֿ משה טענדלער, אַ מומחה אין הלכה און מעדיצינישער עטיק, איז דינסטיק, שמיני־עצרת, געשטאָרבן אין עלטער פֿון 95 יאָר.

הרבֿ טענדלער איז געווען סײַ אַ ראש־ישיבֿה בײַם רבנים־סעמינאַר פֿון ישיבֿה־אוניווערסיטעט, סײַ אַ ביאָלאָגיע־פּראָפֿעסאָר און דער הויפּט פֿונעם ביאָלאָגיע־אָפּטייל פֿון דער אינסטיטוציע. ער איז אויך געווען דער רבֿ פֿון דער שיל, „קאָמיוניטי סינאַגאָג‟, אין מאָנסי, ניו־יאָרק.

במשך פֿון די יאָרן האָט טענדלער אַרויסגעגעבן אַ צאָל פּסקן וועגן מעדיצינישע ענינים, און איז צום בעסטן באַקאַנט פֿאַר זײַן שטאַרק שטיצן דעם פּרינציפּ, אַז ווען אַ מענטש איז מוח־טויט (דאָס הייסט, ווען דער מוח פֿון אַ מענטש, וואָס ווערט דערהאַלטן בײַם לעבן מיט אַן אָטעם־⁠מאַשין, הערט אויף צו פֿונקציאָנירן), הייסט עס, אַז ער איז טאַקע טויט — אַ פּסק וואָס האָט אַרויסגערופֿן אַן עפֿנטלעכן חילוקי־דעות מיט געוויסע אַנדערע רבנים וואָס האָבן געטענהט אַז אַ מענטש שטאַרבט בלויז דעמאָלט ווען זײַן האַרץ הערט אויף צו קלאַפּן.

ס׳איז אָבער קלאָר אַז טענדלערס פּסק, וואָס ער האָט אַרויסגעגעבן אויפֿן סמך פֿון זײַן טיפֿן פֿאַרשטאַנד פֿון דער מעדיצינישער וויסנשאַפֿט, האָט געראַטעוועט דאָס לעבן בײַ אָן אַ שיעור פֿרומע ייִדן ווײַל ס׳האָט זיי דערמעגלעכט צו באַקומען אָרגאַנען פֿון מוח־טויטע פּאַציענטן.

הרבֿ טענדלער איז געבוירן געוואָרן אינעם איסט סײַד אין מאַנהעטן אין 1926 און האָט פֿון קינדווײַז אָן געלערנט סײַ רעליגיעזע סײַ סעקולערע לימודים, אונטערן אויפֿזיכט פֿון דער מאַמען, אַן אַדוואָקאַטין, און דעם טאַטן, דער מנהל פֿון דער ישיבֿה אויפֿן נאָמען פֿון הרבֿ יעקבֿ יוסף.

די משפּחה האָט געוווינט זייער נאָענט צו הרבֿ משה פֿײַנשטיין, איינער פֿון די גרעסטע פּוסקים פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט. שפּעטער האָט הרבֿ טענדלער חתונה געהאַט מיט הרבֿ פֿײַנשטיינס טאָכטער, שיפֿרה. לויטן נעקראָלאָג אין דער ייִט״אַ האָט דער יונגער משה זיך באַקענט מיט שיפֿרהן אין אַן עפֿנטלעכער ביבליאָטעק, ווען זי איז צו אים צוגעקומען און געפֿרעגט אַ שאלה וועגן כעמיע. „נאָך דעם האָב איך אָנגעהויבן גיין אָפֿטער אין ביבליאָטעק,‟ האָט טענדלער באַמערקט.

טענדלער האָט באַקומען אַ באַקאַלאַווער פֿונעם ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט, סמיכה פֿון ישיבֿה־אוניווערסיטעט אין 1949, און אַ דאָקטאָראַט אין מיקראָביאָלאָגיע פֿון קאָלומביע־אוניווערסיטעט אין 1957.

אַחוץ זײַן פּסק וועגן באַקומען אָרגאַנען פֿון מוח־טויטע, האָט הרבֿ טענדלער אויך שטאַרק באַטאָנט די וויכטיקייט פֿון וואַקצינען, בפֿרט נאָכן אויסברוך פֿון מאָזלען אין די ניו־יאָרקער חרדישע קרײַזן אין 2018־2019. דער באַשלוס נישט צו וואַקצינירן די קינדער קעגן מאָזלען „איז נישט קיין ענין פֿון רעליגיע, נאָר פֿון עם־האָרצות,‟ האָט טענדלער געזאָגט אין אַן אינטערוויו אין 2015.

ער האָט אויך קריטיקירט די טראַדיציע פֿון מציצה־בפּה בײַ אַ ברית־מילה, ווען דער מוהל זויגט אויס די טראָפּנס בלוט בײַם קינד — אַ זאַך וואָס האָט נישט איין מאָל דערפֿירט צו אַ הערפּעס־אינפֿעקציע בײַ די נײַ־געבוירענע און זיי אַפֿילו אומגעבראַכט. טענדלער האָט געטענהט אַז דער מינהג איז נישט קיין דין, און וואָלט מער נישט געדאַרפֿט דורכגעפֿירט ווערן, בפֿרט אַז די הלכה בכלל האָט, במשך פֿון הונדערטער יאָרן, אָנערקענט דעם פּראָגרעס אין פֿאַרשטיין די היגיענע און מעדיצינישע ענינים.

הרבֿ טענדלער האָט פֿאַראָבֿלט אַכט קינדער. זײַן פֿרוי, שיפֿרה, איז געשטאָרבן אין 2007.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.