לויבן ישׂראל איז פֿאַרווערט בײַ מײַנע מיט־תּלמידים אויף אינסטאַגראַםBeing pro-Israel is taboo among my fellow students on Instagram
ווען אַ ייִדישער בחור אין מײַן שוליאָר האָט אַרויפֿגעשטעלט פֿאָטאָס פֿון זײַן נסיעה קיין ישׂראל, האָט מען אים אויסגעזידלט.
די הײַנטיקע יונגע לײַט, ווי אַ סך אַמעריקאַנער אין אַלגעמיין, האָבן באַקומען אַ נײַע אָבסעסיע: ישׂראל און די ישׂראלדיקע פּאָליטיק.
און דאָ רעד איך ניט בלויז פֿון ייִדן. דעם פֿאַרגאַנגענעם מײַ, ווען מע האָט באַשטימט אַ שטילשטאַנד נאָך 11 יאָר בלוט־פֿאַרגיסונג אין ישׂראל האָב איך באַמערקט אַז מענטשן וואָס איך קען אויף אינסטאַגראַם, סײַ ייִדן סײַ ניט־ייִדן, וואָס האָבן פֿריִער גאָרניט געזאָגט וועגן ישׂראל, זענען מיט אַ מאָל געוואָרן וואָרטזאָגער פֿאַר דער „אַנטי־ישׂראל־באַוועגונג‟.
ווי אַ פּראָ־ישׂראלדיק מיידל, זענען מײַנע מיינונגען זייער אַנדערש פֿון די פֿון מײַנע פֿרײַנד אין דער „קאָלומביע מיטלשול‟ (Columbia Secondary School) אין מאַנהעטן. ס׳איז ניט ווײַל איך פֿיל אַ חובֿ צו פֿאַרטיידיקן ישׂראל; נאָר פּשוט ווײַל דאָס אידענטיפֿיצירן זיך מיט ישׂראל איז אַ וויכטיקער טייל פֿון מײַן ייִדישער אידענטיטעט. איך הער זיך צו צו ישׂראלדיקער מוזיק, קאָך ישׂראלדיקע מאכלים, האַלט מיט מיט דער ישׂראלדיקער פּאָליטיק און האָב ישׂראלדיקע פֿרײַנד.
ווען איך בין געווען אַ תּלמידה אין עלעמענטאַר־שול איז די גרעסטע געשעעניש פֿון יאָר געווען אונדזער מאַרשירן אינעם ישׂראל־פּאַראַד אין יוני. איך האָב אויך אַ סך משפּחה אין ישׂראל און זאָרג זיך ווען איך הער אַז מײַנע שוועסטערקינדער, מומעס און באָבע־זיידע זענען אַרײַן אין אַ באָמבע־מיקלט. דעם פֿאַרגאַנגענעם מײַ האָט מײַן קוזינס שיל אין לוד זיך אָנגעצונדן צוליב די ווילדע אומרוען וואָס זענען דעמאָלט אויסגעבראָכן.
זינט דעם קאָנפֿליקט צווישן ישׂראל און עזה שטעלן אַ סך מענטשן וואָס איך פֿאָלג נאָך (follow, בלע״ז) אויף אינסטאַגראַם בילדער, אינפֿאָרמאַציע־בילדער (אינפֿאָגראַפֿיקס) און ווידעאָס מיט אונטערקעפּלעך וואָס זעען אפֿשר אויס אומשולדיק בײַ אַ סך מענטשן אָבער זענען אין דער אמתן אַנטיסעמיטיש, ווי, למשל: „טײַערע ייִדן, שוין געקומען די צײַט איר זאָלט אויפֿהערן באַוויינען און באַשולדיקן דעם חורבן פֿאַר אַלע אײַערע צרות.‟ דאָס איז געווען אַ פּאָפּולערע מעלדונג און כּמעט יעדער אין מײַן שוליאָר האָט עס אַרויפֿגעשטעלט אויף זײַן אָדער איר אייגענעם אינסטאַגראַם ווי אַן אופֿן צו אַטאַקירן ישׂראל. ביז הײַנט שטעלן זיי ווײַטער אַ סך אַנטי־ישׂראלדיקע מעלדונגען. איך בין איינע פֿון די איינציקע ייִדישע תּלמידות אין מײַן שוליאָר, איז מיר טאַקע געווען אַ חידוש ווען אַפֿילו ייִדישע תּלמידים (בפֿרט די ייִנגערע פֿון מיר) האָבן אַרויפֿגעשטעלט אַנטי־ישׂראלדיקע אינפֿאָרמאַציע־בילדער. דאָס איז מיר געווען דער שווערסטער קלאַפּ. יונגע ייִדן שטעלן אַרויף אַנטיסעמיטישע אימאַזשן אויף אינסטאַגראַם.
איך אַליין וויל אַרויפֿשטעלן אַ גוט וואָרט וועגן ישׂראל אָבער דאָס האַרץ זאָגט מיר אַז איך קען ניט שטעלן פּראָ־ישׂראלדיקע מיינונגען אַזוי גרינג ווי אַנדערע תּלמידים קענען שטעלן זייערע אַנטי־ישׂראלדיקע מיינונגען. די באָבע האָט מיר אַפֿילו געהייסן דאָס ניט טאָן. „בעסער אַז מע זאָל ניט הערן דײַן מיינונג ווײַל דיך וועט מען רופֿן אַ „ביגאָט‟. דיך וועט מען פֿאַרדאַמען פֿאַרן אויסדריקן דײַן מיינונג און דיר וועט מען אָנמאַכן צרות. פֿאַרנעם זיך גיכער מיטן שטודירן פֿאַר די ׳עס־איי־טיס׳ [דעם עקזאַמען פֿאַרבונדן מיטן אַפּליקירן צו די אוניווערסיטעטן] דעם זונטיק.‟
מיר זעט עס אָבער אויס זייער אומיושרדיק. איך בין אַ ביגאָט פּשוט צוליבן אַרויפֿשטעלן אַ פּראָ־ישׂראלדיקע מיינונג? עס זעט אויס ווי מע וועט מיך פֿאַרדאַמען פּשוט ווײַל ווייניק מענטשן האָבן מײַן מיינונג.
ניט לאַנג צוריק האָט אַ ייִדישער בחור אין מײַן שוליאָר אַרויפֿגעשטעלט פֿאָטאָס פֿון זײַן נסיעה קיין ישׂראל. זײַן קאָמענטאַרן־קעסטל איז באַוואָרפֿן געוואָרן מיט זידלערײַען און אַנטי־ישׂראלדיקע באַמערקונגען, און זײַן מעלדונג האָט זיך ווילד צעשפּרייט אין מײַן שול.
כ׳האָב געוואָלט אַליין צוגעבן אַ קאָמענטאַר, זאָגנדיק: „דער קאָנפֿליקט איז שוין טויזנטער יאָרן אַלט און איז אַ סך טיפֿער און קאָמפּליצירטער ווי דאָס וואָס קומט איצט פֿאָר.‟
כ׳האָב עס אָבער ניט געטאָן. ביז הײַנט האָב איך ניט דעם קוראַזש עפֿנטלעך צו פֿאַרטיידיקן ישׂראל. אפֿשר ווײַל בײַ מײַן דור בין איך הײַנט אין דער מינאָריטעט. דאָס גאַנצע לעבן האָט מען מיר געהייסן תּמיד זיך אײַנשטעלן פֿאַר די זאַכן וואָס איך גלייב אָבער אין דעם פֿאַל פֿיל איך אַז איך קען דאָס ניט טאָן. האָפֿנטלעך וועל איך אַ מאָל אָנזאַמלען גענוג צוטרוי צו זיך צו קענען אַרויסזאָגן מײַן מיינונג אויף דער סאָציאַלער מעדיאַ ווײַל אַלע ייִדישע דערוואַקסלינגען דאַרפֿן פֿילן אַז זיי האָבן אַ דעה.
־־־־־־־־־־
נעמי האַנטווערקער איז אַ תּלמידה אינעם Columbia Secondary School אין ניו־יאָרק.
A message from Forverts editor Rukhl Schaechter
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forverts' 127-year legacy — and its bright future.
In the past, the goal of the Forverts was to Americanize its readers, to encourage them to learn English well and to acculturate to American society. Today, our goal is the reverse: to acquaint readers — especially those with Eastern European roots — with their Jewish cultural heritage, through the Yiddish language, literature, recipes and songs.
Our daily Yiddish content brings you new and creative ways to engage with this vibrant, living language, including Yiddish Wordle, Word of the Day videos, Yiddish cooking demos, new music, poetry and so much more.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor