לעקציע אויף ייִדיש: ווי דער אוניווערסיטעט איז געוואָרן אַ הויפּטמיטל צו פֿאַרשפּרייטן ייִדישLecture in Yiddish: How the university became a main vehicle for passing down Yiddish
קלמן ווײַזער וועט אויך דערציילן ווי די שפּראַך איז מאָביליזירט געוואָרן ווי אַ כּלי אינעם קאַמף קעגן נאַציזם.

Graphic by Angelie Zaslavsky
זונטיק, דעם 7טן נאָוועמבער, וועט קלמן ווײַזער, פּראָפֿעסאָר פֿון יודאַיִסטיק בײַם יאָרקער אוניווערסיטעט אין טאָראָנטאָ, האַלטן אַ רעפֿעראַט אָנלײַן אויף דער פֿראַגע: ווי אַזוי האָבן די אוניווערסיטעטן פֿאַרנומען דאָס אָרט פֿון דער היים און קהילה בײַם איבערגעבן די ייִדישע שפּראַך און קולטור מחוץ די חסידישע קרײַזן?
אין זײַן לעקציע וועט ער ווײַזן די אַנטוויקלונג פֿון דער טענדענץ, אָנהייבנדיק פֿונעם חורבן ביזן הײַנטיקן טאָג. די אונטערנעמונג, וואָס קומט פֿאָר בשעת דער חורבן־דערציִונג־וואָך, ווערט געשטיצט פֿונעם טאָראָנטער „יו־דזשיי־איי‟ קאָמיטעט פֿאַר ייִדיש.
דעם גרונטשטיין פֿאַרן אײַנפֿירן דעם ייִדיש־לימוד אין די ענגליש־רעדנדיקע אוניווערסיטעטן האָבן געלייגט די צוויי פֿאָרשער, שלמה בירנבוים אין לאָנדאָן און מאַקס ווײַנרײַך אין ניו־יאָרק.
אין דער לעקציע וועט ווײַזער דערקלערן ווי אַזוי ייִדיש איז געוואָרן אַ לימוד אין די אוניווערסיטעטן בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, און ווי די שפּראַך איז אַליין מאָביליזירט געוואָרן ווי אַ כּלי אינעם קאַמף קעגן נאַציזם און ווי אַ מיטל אויפֿצוהיטן די קולטור.
קלמן ווײַזער איז דער מחבר פֿון אַ צאָל ביכער. ער האָט געהאָלפֿן רעדאַקטירן דאָס בוך, „די הויפּטבאַגריפֿן בײַם פֿאָרשן אַנטיסעמיטיזם‟, ווי אויך בײַם צונויפֿשטעלן די פֿאַרגעסערטע אויפֿלאַגע פֿון שלמה בירנבוימס בוך, „ייִדיש: אַן איבערבליק און אַ גראַמאַטיק‟
ער האָט אויך געשריבן דאָס בוך, „דאָס ייִדישע פֿאָלק, דאָס ייִדישלאַנד: נח פּרילוצקי און די פֿאָלקיסטן אין פּוילן‟.
דער רעפֿעראַט, וואָס קומט פֿאָר דעם 7טן נאָוועמבער, 2:00 ניו־יאָרקער צײַט, איז פֿרײַ פֿון אָפּצאָל, אָבער מע מוז זיך פֿאַרשרײַבן פֿון פֿריִער. גיט אַ קוועטש דאָ.
Hello, fellow Forward reader! I’m Joel Brown, a Forward reader and supporter for more than 15 years, and currently the chair of the board of directors.
I’m an avid Forward reader because it ticks so many of my essential boxes: excellent journalism, Jewish focus and diverse viewpoints. In today’s political climate, what I most appreciate is the Forward’s independence — made possible by the generosity of its membership.
The Forward is committed to bringing you unbiased, nuanced Jewish news. From my position as board chair, I see an exciting future as we expand our position as the definitive independent voice of contemporary American Judaism.
That’s why I’m paying it Forward, by matching $36,000 of reader gifts. It’s an investment in the Forward’s newsroom, to continue telling the American Jewish story with truth and independence.
— Joel Brown, Forward board chair
