מע קען זיך שוין פֿאַרשרײַבן אויפֿן אָנלײַן־פֿעסטיוואַל, „ייִדיש ניו־יאָרק‟Online festival, Yiddish New York, open for registration
צווישן די וואַרשטאַטן: די געשיכטע פֿון ייִדיש בײַם „פּולין־מוזיי‟; אוצרות פֿון אַ נײַעם חזנות־אַרכיוו און ווי ייִדיש פֿיגורירט אויף „טיקטאָק‟.

Graphic by Angelie Zaslavsky
דער גרעסטער אַמעריקאַנער פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישער קולטור, „ייִדיש ניו־יאָרק‟, וועט הײַיאָר ווידער פֿאָרקומען אָנלײַן, דערמעגלעכנדיק מענטשן איבער דער וועלט הנאה צו האָבן פֿון דער פֿילפֿאַרביקער פּראָגראַם.
דער פֿעסטיוואַל וועט פֿאָרקומען פֿונעם 25סטן ביזן 30סטן דעצעמבער 2021.
צווישן דער הויכער צאָל וואַרשטאַטן אין וועלכע מע קען זיך באַטייליקן זענען:
די פֿאָלקלאָריסטקע ברײַנדל קירשנבלאַט־גימבלעט וועט דערציילן וועגן דעם באַניץ פֿון ייִדיש בײַם „פּולין־מוזיי‟ אין וואַרשע — דער איינציקער מוזיי וווּ מע קען באַקומען דעם אוידיאָ־טור אויף ייִדיש.
ירמיה לאָקוווד וועט איבערגעבן וועגן דער גרינדונג פֿון אַ חזנות־אַרכיוו אָנלײַן וואָס נעמט אַרײַן די זאַמלונגען פֿון חזנים במשך פֿון די דורות, אַרײַנגערעכנט זעלטענע האַנט־געשריבענע פּאַרטיטורן פֿונעם אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט.
אַ קאָכוואַרשטאַט אויף ייִדיש וועגן קניידלעך, אין וועלכן די קולינאַרע עקספּערטין איוו יאַכנאָוויץ וועט ווײַזן ווי צו מאַכן טראַדיציאָנעלע קניידלעך, ווי אויך וועגאַנישע און קניידלעך אָן גלוטען.
בנימין שעכטער וועט רעדן וועגן דער געשיכטע פֿון אַשכּנזישע ייִדישע משפּחה־נעמען.
„טיקטאָק‟־עקספּערטן קאַמעראָן בערנשטיין און אַבֿיגיל וויווער וועלן דערקלערן ווי מע קען ניצן די ריזיקע סאָציאַלע פּלאַטפֿאָרם צו שאַפֿן קורצע ווידעאָס אין אָדער וועגן ייִדיש.
די קולטור היסטאָריקערין וויווי לאַקס וועט גיבן לעקציעס וועגן ייִדישע בעלעטריסטישע שרײַבער אין לאָנדאָן במשך פֿון די 1930ער און 40ער.
בילעטן קען מען קויפֿן אויף באַזונדערע וואַרשטאַטן אָדער אויפֿן גאַנצן פֿעסטיוואַל. כּדי זיך צו פֿאַרשרײַבן גיט אַ קוועטש דאָ.
Hello, fellow Forward reader! I’m Joel Brown, a Forward reader and supporter for more than 15 years, and currently the chair of the board of directors.
I’m an avid Forward reader because it ticks so many of my essential boxes: excellent journalism, Jewish focus and diverse viewpoints. In today’s political climate, what I most appreciate is the Forward’s independence — made possible by the generosity of its membership.
The Forward is committed to bringing you unbiased, nuanced Jewish news. From my position as board chair, I see an exciting future as we expand our position as the definitive independent voice of contemporary American Judaism.
That’s why I’m paying it Forward, by matching $36,000 of reader gifts. It’s an investment in the Forward’s newsroom, to continue telling the American Jewish story with truth and independence.
— Joel Brown, Forward board chair
