ישׂראל לעשעס זינגט ייִדיש ליד פֿון האָפֿענונג מיט אַ דזשעזישן טעםYisroel Leshes sings Yiddish song of hope with a jazzy twist
לעשעס זאָגט אַז ער פֿילט „אַ שליחות‟ צו באַנײַען און דערפֿרישן אַלטע ייִדישע לידער.

Graphic by Angelie Zaslavsky
די וואָך איז אַרויסגעלאָזט געוואָרן אַ מוזיק־ווידעאָ פֿון מאָריס ווינטשעווסקיס ליד, „די צוקונפֿט‟, געזונגען פֿון ישׂראל לעשעס, דער געהילף־חזן פֿון דער לינקאָלן־סקווער סינאַגאָגע אין מאַנהעטן.
דאָס ליד, צום בעסטן באַקאַנט פֿון דער ערשטער שורה, „אָ, די וועלט וועט ווערן ייִנגער‟, דריקט אויס דאָס בענקעניש נאָך אַ טאָג ווען „די וועלט וועט ווערן פֿרײַער, שענער, ייִנגער, נײַער‟. מאָריס ווינטשעווסקי, וואָס איז געווען אַ פּראָמינענטער ייִדישער סאָציאָליסטישער פֿירער, האָט געשריבן דאָס ליד אין אַ פֿאָלקסישן סטיל אָבער לעשעס גיט עס אַ נײַעם, מער דזשעשישן קלאַנג.
לעשעס איז געבוירן געוואָרן אין סידני, אויסטראַליע און איז באַשטימט געוואָרן ווי דער געהילף־חזן פֿון דער לינקאָלן־סקווער סינאַגאָגע אין 2017. ער האָט אָבער אויך שטאַרק ליב די לידער וואָס מע האָט געשאַפֿן און געזונגען אינעם ייִדישן טעאַטער אין דער ערשטער העלפֿט פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט. ווי ער זאָגט אַליין אויף זײַן פֿייסבוק־זײַט, פֿילט ער ווי ער איז ממש „אויף אַ שליחות צו באַנײַען און דערפֿרישן די מוזיק פֿון די גאָלדענע יאָרן פֿונעם ייִדישן טעאַטער.‟
אין אַ פֿריִערדיקער רעקאָרדירונג זעט מען ווי ער זינגט „בײַ מיר ביסטו שיין‟ און „אַבי געזונט‟ אויף אַ קאָנצערט.
מאָריס ווינטשעווסקי, אויך באַקאַנט ווי בען נעץ, איז געבוירן געוואָרן אין יאָנעווע, ליטע אין 1856 (זײַן געבוירענער נאָמען: לעאָפּאָלד בן־ציון נאָוואָכאָוויטש). ווי אַ יונגערמאַן איז ער פֿאַרכאַפּט געוואָרן פֿונעם סאָציאַליזם און האָט זיך באַזעצט אין לאָנדאָן, וווּ ער האָט פֿאַרלייגט איינע פֿון די ערשטע סאָציאַליסטישע טאָגצײַטונגען אויף ייִדיש, „דער פּוילישער ייִדל‟ און אויך די ערשטע ייִדישע אַנאַרכיסטישע צײַטונג, „אַרבעטער פֿרײַנד‟.
נאָכן אימיגרירן קיין אַמעריקע האָט ער, אין איינעם מיט אַב קאַהאַן געגרינדעט דעם פֿאָרווערטס אין 1897. ווי אַ פּועל־יוצא האָט מען זיי ביידן אַרויסגעוואָרפֿן פֿון דער סאָציאַליסטישער אַרבעטער־פּאַרטיי. שפּעטער איז ער געוואָרן אַן אָנהענגער פֿון דער קאָמוניסטישער באַוועגונג און געשריבן פֿאַר דער לינקער צײַטונג, „מאָרגן פֿרײַהייט‟.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news. All donations are still being matched by the Forward Board - up to $100,000 until April 24.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.

