ווידעאָ: „אויך ליבע איז געווען דאָרטן“: אַ יום־השואה אַקאַדעמיע אויף ייִדישVIDEO: ’Love was there too:’ A Yom Hashoah commemoration in Yiddish
די פּראָגראַם האָט דורכגעפֿירט דער תּל־אָבֿיבֿער „ייִדישפּיל“־טעאַטער אין 2022.

Courtesy of Yiddishpiel
די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט דער „ייִדישפּיל“־טעאַטער אין תּל־אָבֿיבֿ אַרויסגעשטעלט אַ ווידעאָ פֿון אַ „יום־השואה“־אַקאַדעמיע וואָס די טרופּע האָט דורכגעפֿירט אין 2022. די טעמע פֿון דער פּראָגראַם איז געווען מאָמענטן פֿון ליבע בײַ ייִדן אין די געטאָס און קאָנצענטראַציע־לאַגערן.
אינעם ווידעאָ לייענען די אַקטיאָרן פֿאָר זכרונות פֿון לעבן געבליבענע ווי אויך ייִדישע לידער אָנגעשריבן בשעת דעם חורבן. זיי באַשרײַבן ווי אַזוי געליבטע פּאָרלעך האָבן זיך געטראָפֿן בשתּיקה; רירנדיקע מאָמענטן פֿון געזעגענען זיך און ווי די לעבן געבליבענע האָבן זיך באַמיט מיט אַלע כּוחות צו געפֿינען די געליבטע נאָך דער באַפֿרײַונג.
דער ווידעאָ הייבט זיך אָן מיט אַ באַגריסונג פֿונעם תּל־אָבֿיבֿער בירגערמײַסטער, רון חולדאי, אויף העברעיִש, אָבער די פּראָגראַם גופֿא איז אין גאַנצן אויף ייִדיש.
Why I became the Forward’s Editor-in-Chief
You are surely a friend of the Forward if you’re reading this. And so it’s with excitement and awe — of all that the Forward is, was, and will be — that I introduce myself to you as the Forward’s newest editor-in-chief.
And what a time to step into the leadership of this storied Jewish institution! For 129 years, the Forward has shaped and told the American Jewish story. I’m stepping in at an intense time for Jews the world over. We urgently need the Forward’s courageous, unflinching journalism — not only as a source of reliable information, but to provide inspiration, healing and hope.
