ייִדישע פּיעסע וועגן פֿרויען באַעוולטע פֿון זייערע מענערA Yiddish play about women abused by their husbands
די דראַמע באַרירט אַ טעמע וואָס ווערט זעלטן דיסקוטירט: פֿרויען אין די חסידישע קרײַזן וואָס זייערע מענער באַלעסטיקן זיי.

Image by New Yiddish Rep
שבת־צו־נאַכטס, דעם 22סטן יאַנואַר, וועט זיך עפֿענען אין מאַנהעטן אַ פּיעסע אויף ייִדיש, „די פֿרויען‟, וואָס שילדערט דעם מצבֿ פֿון פֿרויען אין די חסידישע קרײַזן, וועלכע ווערן באַלעסטיקט פֿון זייערע מענער. די פּיעסע ווערט באַגלייט מיט ענגלישע אייבערקעפּלעך.
די פֿאָרשטעלונג, וואָס מע וועט נישט ווײַזן אָנלײַן, וועט פֿאָרקומען בײַ 155 ערשטער עוועניו, לעבן דער 10טער גאַס אין מאַנהעטן. מע וועט זי ווײַזן יעדן טאָג צווישן דעם 22סטן און דעם 30סטן יאַנואַר, 8 אַ זייגער אין אָוונט, און ס׳וועלן אויך זײַן בײַטאָגיקע פֿאָרשטעלונגען אין די זונטיקן, 3 אַ זייגער נאָך מיטאָג.
„די פֿרויען‟ איז באַזירט אויף דער דראַמע, „אַ מנין פֿון פֿרויען‟ פֿון נעמי רייגען, און איז באַאַרבעט געוואָרן פֿון צוויי פֿרויען וואָס זענען דערצויגן געוואָרן אין די חסידישע קרײַזן: מלכּי גאָלדמאַן און מעליסע ווײַס. רחל באָטשאַן רעזשיסירט זי.
„די פֿרויען‟ ווערט פּראָדוצירט פֿונעם „נײַעם ייִדישן רעפּ־טעאַטער‟, מיט דער שטיצע פֿונעם פּראָיעקט, „דער יאָרצענדליק פֿון אַנטפּלעקונג 2022: פֿרויען אויף ייִדיש‟ בײַם ייִדישן ביכער צענטער.
בילעטן קאָסטן 18$. כּדי צו באַשטעלן אַ בילעט, קלינגט 212-254-1109.
Hello, fellow Forward reader! I’m Joel Brown, a Forward reader and supporter for more than 15 years, and currently the chair of the board of directors.
I’m an avid Forward reader because it ticks so many of my essential boxes: excellent journalism, Jewish focus and diverse viewpoints. In today’s political climate, what I most appreciate is the Forward’s independence — made possible by the generosity of its membership.
The Forward is committed to bringing you unbiased, nuanced Jewish news. From my position as board chair, I see an exciting future as we expand our position as the definitive independent voice of contemporary American Judaism.
That’s why I’m paying it Forward, by matching $36,000 of reader gifts. It’s an investment in the Forward’s newsroom, to continue telling the American Jewish story with truth and independence.
— Joel Brown, Forward board chair
