ווידעאָ: אַ היימישער לאָקשן־קוגל פֿון גאָר אַן אַנדער מיןVIDEO: A different kind of old-style noodle kugel
דער קוגל איז נישט געפּאַקט מיט צוקער, נאָר געמאַכט מיט זאַלץ און שוואַרצן פֿעפֿער — און געפּרעגלט אויפֿן אויוון.

אין דעם נײַסטן קאַפּיטל פֿון „עסט געזונטערהייט‟, גרייטן שׂרה־רחל שעכטער און איוו יאַכנאָוויץ צו אַ מילכיקן לאָקשן־קוגל וואָס איז נישט געפּאַקט מיט צוקער, נאָר געמאַכט מיט זאַלץ און שוואַרצן פֿעפֿער. דערצו ווערט דער קוגל נישט געבאַקן אין אויוון, נאָר געפּרעגלט אויפֿן אויוון.
ווי איוו זאָגט אין דער פּראָגראַם, איז דאָס דער איינציקער סאָרט קוגל וואָס איר מאַמע און באָבע האָבן אַ מאָל געמאַכט.