איך בין דײַן זשיד, פּוילןI’m your Jew, Poland
דאָס ליד האָט יניבֿ גאָלדבערג איבערגעזעצט פֿון העברעיִש, לכּבֿוד דעם אינטערנאַציאָנאַלן טאָג פֿון חורבן־אָנדענק.

Graphic by Angelie Zaslavsky
(דאָס ליד האָט יניבֿ גאָלדבערג איבערגעזעצט פֿון העברעיִש לכּבֿוד דעם אינטערנאַציאָנאַלן טאָג פֿון חורבן־אָנדענק, דעם 27סטן יאַנואַר, און ווערט געווידמעט דעם אָנדענק פֿון זײַנע באָבע־זיידע, מאיר און צילה גאָלדבערג)
איך בין דײַן זשיד, פּוילן, איך בין דאָ אָן צוימען
כאָטש מיטן רויך, בין איך שוין אַרויף אין קוימען
שוין יאָרן לאַנג קום איך צו דיר צוריק
אין די וועלדער, אויף די גאַסן און טרעף זיך מיט די שכנים אין פֿאַבריק.
יאָ, די שכנים וואָס נעבן אומשלאַגפּלאַץ זענען זיי געשטאַנען
און האָבן זיך אָנגעקוקט ווי אַזוי מען יאָגט אונדז אין די וואַגאָנען מיט פֿײַער און פֿלאַמען
און ווי מען האָט אונדז שטאַרק און שטרענג אויסגעבריקעוועט
באַלד ווען מען האָט אונדזער היים כוליגאַניש באַראַבעוועט
געדענק איך אויך די גוטע לײַט זייער גוט
וואָס האָבן געקעמפֿט פֿאַר אונדזער צעגאָסענעם בלוט
און ריזיקירט דאָס לעבן, זאָלן זיי זײַן געבענטשט
די ווייניקע, וואָס זענען נאָך געבליבן „אַ מענטש‟.
פֿון דער באַן שרײַ איך שוין אַכציק יאָר
קעגן דעם פּוילישן אויסמעק גאָר
וואָס וואַשט מיט שיינע ווערטער די פֿלעקן פֿון אַמאָל
און טרעט אויס מיט „געזעץ און גערעכטיקײט‟ די אָנקלאָגן פֿון די באַרויבטע, מיט איין מאָל
איך בלאָז אין אײַערע פֿעלדער, כ’וועל מיך נישט זוימען
נאָכגעבן וועל איך אײַך, נאָר אין אײַערע טרוימען
איר קענט מיר פֿאַרקוקן אָבער שטענדיק בלײַב איך דאָ
ווײַז מיט אַ ייִדישן פֿינגער אויף יעדן אָרט: אָט דאָ
איך בין דײַן זשיד, פּוילן, איך בין דאָ
אין קלויסטער, אויפֿן מאַרקפּלאַץ, דאָס איז מײַן סאַלדאָ
אין וואַרשע, אויפֿן ווײַסל, ביז אוישוויץ וועל איך אָפּקערן
אין פּאַלאַץ און אין ‘סיים’ וועט איר מיך אויסהערן
Hello, fellow Forward reader! I’m Joel Brown, a Forward reader and supporter for more than 15 years, and currently the chair of the board of directors.
I’m an avid Forward reader because it ticks so many of my essential boxes: excellent journalism, Jewish focus and diverse viewpoints. In today’s political climate, what I most appreciate is the Forward’s independence — made possible by the generosity of its membership.
The Forward is committed to bringing you unbiased, nuanced Jewish news. From my position as board chair, I see an exciting future as we expand our position as the definitive independent voice of contemporary American Judaism.
That’s why I’m paying it Forward, by matching $36,000 of reader gifts. It’s an investment in the Forward’s newsroom, to continue telling the American Jewish story with truth and independence.
— Joel Brown, Forward board chair
