ווידעאָ: אַ ייִדיש־רעדערין אין סווינציאַן, ליטע אין 2004VIDEO: A native Yiddish speaker in Svintsyán, Lithuania in 2004
בלומקע קאַץ דערציילט וועגן איר ערשטן מאַנס טאַטן, ר׳ יאַנקל־דוד יאַוויטש, וואָס איז געווען דער גבאי פֿון דער שנײַדערישער קלויז.

Graphic by Angelie Zaslavsky
די פֿאַרגאַנגענע וואָך איז אַרויפֿגעשטעלט געוואָרן אויף יוטוב אַן אינטערוויו אויף ייִדיש מיט אַ פֿרוי אין סווינציאַן, ליטע, דורכגעפֿירט פֿונעם ייִדישן לינגוויסט, ד״ר הירשע־דוד כּ״ץ.
די פֿרוי אין דעם ווידעאָ, בלומקע קאַץ, גיט איבער זכרונות וועגן איר ערשטן מאַן, שימקע יאַוויטש, וואָס איז דערשאָסן געוואָרן דורך די סאָוועטן נאָכן איבערגיין די גרענעץ פֿון ווילנע אין די 1930ער.
זי דערציילט אויך וועגן יאַוויטשעס זיידן, ר׳ יאַנקל־דוד יאַוויטש, וואָס איז געווען דער גבאי פֿון דער שנײַדערישער קלויז. „אָן אים פֿלעגט קיין איין תּפֿילה זיך ניט אָנהייבן,‟ האָט זי געזאָגט. ער איז אויך געווען אַ מלמד פֿון די עלטערע קינדער אין חדר, מיט וועמען ער האָט געלערנט גמרא און רשי.
אַ הויכפּונקט פֿונעם אינטערוויו איז ווען בלומקע קאַץ ווײַזט אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון אַ שׂימחה וואָס איז פֿאָרגעקומען בערך אין 1933 און גיט אָן די נעמען פֿון אַלע יונגע לײַט אינעם בילד.
דער ווידעאָ איז איינער פֿון הונדערטער אינטערוויוען מיט געבוירענע ייִדיש־רעדער, וואָס ק״ץ האָט פֿילמירט במשך פֿון זײַנע עקספּעדיציעס איבער ליטע זוכנדיק געבוירענע ייִדיש־רעדער. דעם ריזיקן ווידעאָ־אַרכיוו קען מען איצט געפֿינען אָנלײַן דאָ..
Hello, fellow Forward reader! I’m Joel Brown, a Forward reader and supporter for more than 15 years, and currently the chair of the board of directors.
I’m an avid Forward reader because it ticks so many of my essential boxes: excellent journalism, Jewish focus and diverse viewpoints. In today’s political climate, what I most appreciate is the Forward’s independence — made possible by the generosity of its membership.
The Forward is committed to bringing you unbiased, nuanced Jewish news. From my position as board chair, I see an exciting future as we expand our position as the definitive independent voice of contemporary American Judaism.
That’s why I’m paying it Forward, by matching $36,000 of reader gifts. It’s an investment in the Forward’s newsroom, to continue telling the American Jewish story with truth and independence.
— Joel Brown, Forward board chair
