Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

די ציוניסטקע, ייִדישיסטקע און פֿעמיניסטקע פּועה ראַקאָווסקיThe Zionist Yiddishist feminist, Puah Rakovsky

זי איז אינספּירירט געוואָרן פֿון איר באָבע יענטע־שׂרהן, אַן אומאָפּהענגיקע פֿרוי, וואָס האָט זיך געגט פֿון איר מאַן צו דרײַצן יאָר.

איינע פֿון די ערשטע באַרימטע פֿעמיניסטקעס בײַ ייִדן איז געווען די העברעיִש־ייִדישע פּעדאַגאָגין פּועה ראַקאָווסקי. אַ געבוירענע אין ביאַליסטאָק אין 1865, האָט זי געשטאַמט פֿון אַ ייִחוסדיקער רבנישער ייִדיש־ליטווישער משפּחה.

דאָס גאַנצע לעבן האָט ראַקאָווסקי זיך אָפּגעגעבן מיט דער ייִדישער פֿרויען־דערציִונג און דער ציוניסטישער טעטיקייט, אָבער אין פֿאַרגלײַך מיט אַנדערע „נאָרמאַטיווע‟ ציוניסטן, האָט זי אויך געהאַט אַ ספּעציעלע באַציִונג צו ייִדיש און איז געוואָרן אַ בכּבֿודיקע ייִדישע שרײַבערין און איבערזעצערין. זי האָט געשאַפֿן עטלעכע וויכטיקע ווערק געווידמעט דער ייִדישער פֿרוי, ווי אויך דער ציוניסטישער באַוועגונג און דער מאָדערנער ייִדישער וועלט. זי האָט אויך געשריבן אין די חשובֿסטע ייִדישע צײַטונגען צווישן זיי — „דער מאָמענט‟, „דאָס ייִדישע פֿאָלק‟, „הײַנט‟ און „ייִדישע פֿרויען‟. צוויי גרויסע ווערק אירע, „ייִדישע געשיכטע: נאָך דובנאָווען און אַנדערע קוועלן‟ (וואַרשע, 1930) און “זכרונות פֿון אַ ייִדישער רעוואָליוציאָנערין‟ (בוענאָס־אײַרעס, 1954) זײַנען געוואָרן באַזונדערס מערקווירדיקע היסטאָרישע מקורות אויף ייִדיש.

אין אירע זכרונות וואָס זי האָט אָגעהויבן שרײַבן אין עלטער פֿון זיבעציק יאָר, האָט ראַקאָווסקי געשילדערט דעם לעבנס וועג פֿונעם ערשטן דור ייִדישע פֿרויען אין מזרח־אייראָפּע (אייגנטלעך איר אייגענעם דור), וואָס האָבן דערוואָרבן בירגערשאַפֿט און גלײַכבאַרעכטיקטע פֿליכטן, אין אָנבליק פֿון דער רענעסאַנס־באַוועגונג פֿון זייער פֿאָלק, דעם לעבנס וועג פֿון אַ ייִדישער טאָכטער אינעם תּחום־המושבֿ אין פּוילן, ארץ ישׂראל און ראַטן־פֿאַרבאַנד. אינעם בוך האָטראקאָווסקי באַשריבן איר אייגענע לעבנס־געשיכטע, דאָס לעבן פֿון די, וואָס האָבן געטיילט איר גורל און די פּאָליטישע שטימונגען פֿון דער צײַט ביזן יאָר 1939– אַ געלונגענער בונד פֿון בונטאַרישקייט און אַקטיוויזם, וואָס ווערט אַן אייגנטימלעכער מקור פֿון דער ייִדישער דערציִונג פֿאַר מיידלעך אין צאַרישן רוסלאַנד.

לויט אירע זכרונות, איז ראַקאָווסקיס בונטאַריש־פֿעמיניסטישע אייגנשאַפֿט שטאַרק באַאײַנפֿלוסט געוואָרן פֿון איר באָבע יענטע־שׂרהס געשטאַלט, אַן אומהאָפּהענגיקע פֿרוי, וואָס האָט זיך געגט פֿון איר מאַן, ווען זי איז נאָר דרײַצן יאָר אַלט געווען. איר מאַמע האָט זי געשילדערט ווי „שטאַרק פֿרום, אַז אַלע גרויסע רביצינס האָבן געמעגט קומען זיך לערנען בײַ איר פֿרומקייט.‟

ראַקאָווסקי איז געווען זעקס יאָר אַלט ווען זי האָט אָנגעהויבן זיך לערנען אין חדר צוזאַמען מיט ייִנגעלעך. ווי אַ תּלמידה, האָט זי זיך אויף אַזוי ווײַט אויסגעצייכנט, אז נאָך אַ האַלב יאָר אין חדר האָט דער מלמד געזאָגט צו איר טאַטן, אַז זי דאַרף שוין אַ גרעסערן רבין.ייִדיש האָט זיך ראַקאָווסקי געלערנט פּריוואַט בײַ אַ „שרײַבער‟, דאָס הייסט — אַ לערער פֿון שרײַבן. אין עלטער פֿון זיבן יאָר האָט זי אָנגעהויבן זיך לערנען אין פּריוואַטע ייִדישע שולן אין ביאַליסטאָק.

אין דער היים האָט זי מיט פּריוואַטע לערערסגעלערנט חומש, העברעיִש, רוסיש און דײַטש. צו צען יאָר האָט זי געדינט ווי אַ „פֿאָרזאָגערין‟ אין די ימים־נוראים, העלפֿנדיק יענע פֿרויען אין עזרת־נשים, וועלכע האָבן ניט געקענט קיין לשון־קודש. די ווײַטערדיקע ווערטער פֿון דער שרײַבערין קאָנען דינען ווי אַן עדות פֿון ראַקאָווסקיס משפּחהס ספּעציעלער באַציִונג צו דער ייִדישער דערציִונג, און דער עיקר – וועגן דער גרויסער אומגערעכטיקייט וואָס שייך די ייִדישע מיידלעך, אין פֿאַרגלײַך מיט דער דערציִונג־סיסטעם פֿאַר ייִנגלעך: „אַז איך זאָל ווײַטער לערנען האָט מײַן פֿאָטער געוואָלט. ער פֿלעגט אָפֿט זאָגן: ‘אַ גרויסער שאָד וואָס דו ביסט געבוירן געוואָרן אַ מיידל און נישט קיין ייִנגל’. צום באַדויערן איז דאָס געווען דער צוגאַנג פֿון ייִדישע עלטערן, אַפֿילו פֿון אינטעליגענטע, אַז מיידלעך דאַרפֿן נישט לערנען דאָס וואָס ייִנגלעך. אין דעם פּרט קען איך צו מײַנע עלטערן נישט האָבן קיין טענות, זיי האָבן מיך ווײַטער געלערנט פּריוואַט.‟

ווען דאָס אויסגעבילדעטע מיידל, וואָס איז אויפֿגעוואַקסן אויף שטאַרק רעליגיעזע ייִדישע ווערטן, איז געווען דרײַצן יאָר אַלט, האָט זי באַשלאָסן צו פֿאַרלאָזן דעם פֿרומען לעבן־שטייגער. זוכנדיק אַ רפֿואה שלימה פֿאַר דער מכּה, האָבן טאַטע-מאַמע מיטן רבנישן ייִחוס געצוווּנגען זייער טאָכטער חתונה צו האָבן אין עלטער פֿון זעכצן. דאָס חתונה־געהאַטע לעבן פֿול מיט טראַומע, מיט אַ מאַן, וואָס איז געווען שטאַרק קעגן איר לערנען, האָט זיך געענדיקט מיט אַ גט, וואָס ראַקאָווסקי האָט איניצייִרט, ווען זי איז געווען 21 יאָר אַלט.

זי איז געבליבן אָן פּרנסה, מיט צוויי קליינע קינדער. אין דעם פּרט, האָט דאָס אייניקל איבערגעחזרט איר באָבעס גורל. דער דאָזיקער מצבֿ האָט גורם געווען אַ טיפֿן קריזיס צווישן ראַקאָווסקי און אירע עלטערן. ווען זי האָט געפּרוּווט דערקלערן, אז זי האָט ניט ליב איר מאַן, האָט דער טאַטע געענטפֿערט: „יאַשקע מיט סטאַשעקן האָבן זיך ליב, אָבער בײַ ייִדן? חתונה געהאַט, געבוירן קינדער און מ’לעבט‟. באַלד נאָך דעם איז ראַקאָווסקי אַריבערגעפֿאָרן קיין מאַריאַמפּאָלע, וווּ עס האָט געוווינט איר זיידע, הרבֿ עזריאל אַריה ראַקאָווסקי.

אין זכות פֿון דער היימישער און פּריוואַטער ייִדישער דערציִונג, וואָס זי האָט באַקומען, ווי אַ מיידל פֿון אַ פּריוויליגירטער משפּחה, האָט זי אין מאַריאַמפּאָלע באַוויזן צו באַקומען אַ לערערין־דיפּלאָם פֿון דער רוסישער רעגירונג. זי האָט געעפֿנט א ייִדישע שול אין לאָמזשע און געלערנט ייִדישע מיידעלעך העברעיִש. נאָך צוויי יאָר אין לאָמזשע, איז זי אַריבערגעפֿאָרן קיין וואַרשע. איר טיפֿע קענטעניש פֿון לשון־קודש האָט איר דערמעגלעכט צו ווערן אַן אָנפֿירערין פֿון אַ שול פֿאַר מיידעלעך, וואָס האָט באַלאַנגט צו דער באַוועגונג „בני משה‟.

די גרעסטע דערגרייכונג פֿון דער דערציִערין ראַקאָווסקי איז געווען די גרינדונג פֿון אַ גימנאַזיע אין וואַרשע אינעם יאָר ב1893–„די ייִדישע שול פֿאַר מיידלשאַפֿט מיט דער גינמנאַזיע־פּראָגראַם פֿון פּ’ ראַקאָווסקי‟. זי האָט געגלויבט,אַז די ייִדישע טראַדיציאָנעלע דערציִונג און די אַלגעמיינע השׂכּלה זאָלן בשום־אופֿן ניט אָפּגעטיילט ווערן. וועגן איר אייגענער ראָלע ווי אַ ייִדישע דערציִערין און אָנפֿירערין פֿון דער ייִדישער גימנאַזיע האָט זי געשריבן אַזוי: „און פֿירנדיק מײַן זעלבשטענדיק לעבן האָב איך באַגלײַך מיט דער דערציִערישער אַרבעט נישט פֿאַרגעסן אָן מײַן אינערלעכן חובֿ צו קעמפֿן פֿאַר דער באַפֿרײַונג פֿון דער פֿרוי, בפֿרט די ייִדישע פֿרוי, וועלכע איז תּמיד געווען די פֿאַרשקלאַפֿטסטע פֿון אַלע קנעכט.‟

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.