Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ניט בלויז די ציוניסטן האָבן געהאַלטן אַז ייִדן האָבן ניט קיין צוקונפֿט אין פּוילןIt wasn’t just the Zionists who believed that Jews had no future in Poland

מיטן אויפֿשטײַג פֿונעם פּוילישן נאַציאָנאַליזם פֿאַרן חורבן, האָבן אַפֿילו ייִדישע סאָציאַליסטן גענומען זיך זאָרגן וועגן דעם גורל פֿון די ייִדן דאָרט.

Kenneth B. Moss

An Unchosen People: Jewish Political Reckoning in Interwar Poland

Harvard University Press, 400 pp.

–––––––––––––––––––––––––

װען איך האָב גענומען לײענען דאָס נײַע בוך פֿון פּראָפֿעסאָר בנימין (קענעט) מאָס „דאָס ניט–אױסגעקליבענע פֿאָלק: דער ייִדישער פּאָליטישער חשבון–הנפֿש אין פּױלן צװישן די בײדע װעלט–מלחמות‟, האָבן מיר געלעבט אין ממש אַן אַנדער תּקופֿה. עס איז נאָך געװען מיט–פֿעברואַר, און די רוסישע חיולות אַרום אוקראַיִנעס גרענעצן האָבן אױסגעזען װי אַ מין סטראַשידלע, װאָס רוסלאַנד האָט גענוצט פֿאַרן שאַנטאַשירן דעם „מערבֿ‟. איצט זעט מען, אַז דאָס איז געװען ניט מער װי אַ הלװאַי–געדאַנק. די לאַנג-באַגראָבענע נישט–גוטע פֿון דײַטשלאַנד אין 1938–1939 װערן מחיה–מתים אין רוסלאַנד אין 2022.

אין מאַרץ לײענט זיך מאָסעס מוסטערדיקע היסטאָרישע פֿאָרשונג אַנדערש אײדער אין פֿעברואַר. מאָס שילדערט אַ טרױעריקן קאָלעקטיװן פּאָרטרעט פֿונעם פּױלישן ייִדנטום אױפֿן װעג צום חורבן. אָבער די מלחמה און דער חורבן גופֿא פֿאַרבלײַבן מחוץ דעם כראָנאָלאָגישן גערעם פֿונעם בוך. מאָס דערצײלט די געשיכטע פֿונעם פּױלישן ייִדנטום אין די 1920ער און דער עיקר אין די 1930ער יאָרן פֿון אינעװײניק, דורך די פֿילצאָליקע שטימעס פֿון פּױלישע ייִדן.

ער דערקלערט זײַן אַרגומענט קלאָר אין סאַמע אָנהײב פֿונעם בוך. ער טענהט, אַז אַפֿילו אָן דעם חורבן האָבן ייִדן ניט געהאַט קײן צוקונפֿט אין דער צװײטער פּױלישער רעפּובליק. דאָס איז געװען אַ נאַציאָנאַלע און אין תּוך גענומען נאַציאָנאַליסטישע מלוכה, װאָס האָט ניט געהאַט קײן אָרט פֿאַר נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן. פֿאַרשײדענע ייִדישע דענקער, ליטעראַטן, זשורנאַליסטן, כּלל–טוער און דעה–זאָגער, װי אױך פּשוטע ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר, זײַנען בהדרגה געװױר געװאָרן, אַז די פּױלישע געזעלשאַפֿט װיל פֿון זײ פּטור װערן.

אַזאַ מין טעזיס איז געװען דער יסוד פֿון דער ציוניסטישער פּאָליטיק, אָבער מאָס דערװײַזט אױפֿן סמך פֿון פֿילצאָליקע בײַשפּילן, אַז אַפֿילו די ייִדישע סאָציאַליסטן און גלות-אױטאָנאָמיסטן זײַנען מיט דער צײַט געװאָרן אַלץ מער ייִאושדיק לגבי אױסזיכטן פֿונעם ייִדישן קיום אין פּױלן. דער ייִדישער ציבור האָט ניט געהאַט גענוג כּוח און רעסורסן כּדי צו װערן בעלי–בתּים איבער זײער אײגענעם גורל אין פּױלן. װעגן דעם האָט שוין געשריבן י. ל. פּרץ אין זײַנע אַרטיקלען נאָך דער מפּלה פֿון דער ערשטער רוסישער רעװאָלוציע פֿון 1905, און בפֿרט אין זײַן דראַמע „בײַ נאַכט אױפֿן אַלטן מאַרק‟, װען פּױלן איז נאָך געװען אונטער דער שליטה פֿון דער רוסישער און עסטרײַכישער אימפּעריעס. װען פּױלן איז יאָ געװאָרן אומאָפּהענגיק װי אַ פּועל–יוצא פֿון דער ערשטער װעלט–מלחמה, האָט זי ניט דערלאָזט קײן אָרט פֿאַר עטנישע מינאָריטעטן, בפֿרט ייִדן.

מאָס האָט גענוצט אַ ים מיט אָריגינעלע מקורים אױף פֿאַרשײדענע שפּראַכן. צװישן זײַנע העלדן זײַנען פֿיגורן, װאָס זײַנען גוט באַקאַנט אין דער װעלט פֿון ייִדיש: מאַקס װײַנרײַך, יעקבֿ לעשטשינסקי, אַבֿרהם גאָלאָמב, זאבֿ לאַצקי–בערטאָלדי און אַנדערע. אידעאָלאָגיש האָבן זײ געהערט צו פֿאַרשײדענע שיטות פֿון ציוניזם און גלות–נאַציאָנאַליזם, אָבער זײ אַלע זײַנען געװען אײנשטימיק אין זײער פּעסימיסטישער אָפּשאַצונג פֿונעם גורל פֿון ייִדן אין פּױלן.

עס איז גוט באַקאַנט, אַז אַנטיסעמיטישע שטימונגען זײַנען געװאָרן באַזונדערס שטאַרק אין פּױלן נאָך דעם טױט פֿונעם מאַרשאַל יוזעף פּילסודסקי אין 1935. פּילסודסקי איז ניט געװען קײן אַנטיסעמיט, אָבער אַפֿילו בעת זײַן דיקטאַטאָרישער רעגירונג, װי עס דערװײַזט מאָס, איז אַנטיסעמיטיזם געװען פֿאַרשפּרײט אין פֿאַרשײדענע קולטורעלע סבֿיבֿות און פּאָליטישע שטראָמען פֿון דער פּױלישער געזעלשאַפֿט. מאָס ברענגט פֿילצאָליקע דעמאָלטיקע ראַיות פֿאַר זײַן טעזיס. פֿון דאָקומענטאַלע גבֿיות–עדותן ביז ליטעראַרישע װערק, אַזעלכע װי חיים גראַדעס לידער און מיכל בורשטינס ראָמאַנען, „איבער די חורבֿות פֿון פּלױנע‟ און „בײַ די טײַכן פֿון מאַזאָװיע‟.

װײַנרײַך און אײניקע אַנדערע פּױליש–ייִדישע ליטעראַטן האָבן געמאַכט אינטערעסאַנטע פֿאַרגלײַכן צװישן דעם מצבֿ פֿון ייִדן אין פּױלן און די אַפֿראָ–אַמעריקאַנער אין אַמעריקע. מאָס װאָרנט, אַז די דאָזיקע פּאַראַלעלן זײַנען אינטערעסאַנט היסטאָריש, אָבער זײ זײַנען ניט אַלע מאָל קאָרעקט פֿון אונדזער הײַנטיקן שטאַנדפּונקט. נאַטירלעך, זײַנען די ייִדישע מחברים ניט געװען גוט באַהאַװנט אין די אַמעריקאַנער ראַסן–פּראָבלעמען, אָבער זײער אינטערעס איז אַ סימן, אַז זײ האָבן געפּרוּװט צו אַנטװיקלען אַ ברײטערן טעאָרעטישן גערעם פֿאַר דער פּראָבלעם פֿון „מינאָריטעטקײט‟ (minorityhood) אין דער מאָדערנער נאַציאָנאַלער מלוכה. דער דאָזיקער אַספּעקט מאַכט מאָסעס בוך אַקטועל אויך פֿאַר לייענער װאָס האָבן ניט קיין ספּעציפֿישן אינטערעס צו דער ייִדישער געשיכטע.

װען מען לײענט מאָסעס בוך די טעג, בעת מזרח–אײראָפּע איז װידער אַ בלוטיק שלאַכטפֿעלד און יעדן טאָג הערט מען שרעקלעכע נײַעס װעגן דערהרגעטע מענטשן, צעשטערטע שטעט און מאַסן פֿון פּליטים אין אוקראַיִנע, פֿאַרטראַכט מען זיך במילא איבער דעם, װאָס זײַנען געװען די װאָרצלען און סיבות פֿון דער קאַטאַסטראָפֿע, װאָס אַנטפּלעקט זיך פֿאַר אונדזערע אױגן? פֿאַר װאָס האָט מען ניט דערזען די קלאָרע סימנים פֿון דער קומעדיקער מלחמה, װאָס זײַנען שױן לאַנג געװען בולט אין רוסלאַנד? און נאָך מער: װי אַזױ קענען אַזױ פֿיל מענטשן אין רוסלאַנד שטיצן פּוטינס רעזשים און באַװיליקן זײַנע טועכצן?

כּדי בעסער צו פֿאַרשטײן די מעכאַניק און טיפֿערע ספּרוזשינעס פֿונעם פֿענאָמען פֿונעם נאַציאָנאַליסטישן געדאַנקען־גאַנג, דאַרף מען זיך װענדן צו דער טרױעריקער געשיכטע, װאָס װערט אַזױ קלאָר און בולט אַנאַליזירט אין פּראָפֿעסאָר מאָסעס בוך. צומאָל זײַנען די סאַמע ביטערע פּעסימיסטן טאַקע גערעכט אין זײער קוק אױף דער װעלט.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.

If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.

Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism. 

—  Rukhl Schaechter, Yiddish Editor

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.