דער דריטער פֿיורער ימח־שמו!The Third Fuhrer, may his name be erased!
אין די קינדעריאָרן האָבן מיר זיך געשפּילט אין מלחמה: די „רוסישע‟ קעגן די „דײַטשן‟; זיכער האָט דער רוסישער פּרעזידענט דאָס אויך געשפּילט.

Image by Getty Images
דער אַרטיקל איז איבערגעדרוקט פֿון דער דיגיטאַלישער צײַטשריפֿט, „ייִדיש בראַנזשע“.
יעדער טאָג במשך פֿונעם מאַרץ־חודש האָט זיך בײַ מיר אָנגעהויבן און פֿאַרענדיקט מיטן דורכקוקן די נײַעס פֿונעם רוסיש־אוקראַיִנישן פֿראָנט. די מלחמה, וואָס קומט איצט פֿאָר ווײַט פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן בכלל און בפֿרט פֿון דעם גן־עדן־ווינקל אין פֿלאָרידע, וווּ איך געפֿין זיך כּמעט אַ האַלב יאָר, ווײַזט אָן אויף דעם פֿאַקט, אַז קיין ווײַטע מלחמות זײַנען נישטאָ; אַ מלחמה, וווּ זי זאָל דירעקט נישט אָנגיין, שטייט זי כּסדר בײַ דער שוועל פֿון דײַן היים. שוין אָפּגערעדט, אַז הײַנט, צוליב די כּלערליי עלעקטראָנישע פֿאַרבינדונג־מיטלען און דער טעלעוויזיע מיט אירע הונדערטער קאַנאַלן, שיסט דיר די מלחמה אַרויס מיט איר שוידערלעכן פּרצוף גלײַך אין די אויגן אַרײַן.
מײַן דור, וואָס איז געבוירן געוואָרן נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה, האָט זי פֿאַרגעדענקט מיט זײַן גענעטישן זכּרון, אָנגעזעטיקט מיט די טאַטע־מאַמעס־דערמאָנונגען, מיט די פֿילמען, ביכער, מאָלערײַ אַזוי ווײַט, אַז איצט, ווען די, דאַכט זיך, לאָקאַלע שחיטה, דראָט זיך צעוואַקסן אין אַ דריטער וועלט־מלחמה, דערצו נאָך אַ נוקלעאַרער, האָט אונדזער גענעטישער זכּרון זיך אויפֿגעכאַפּט און אויפֿגעשפּיזט אַלע זײַנע באַגנעטן.
יאָ, אין די קינדער־יאָרן האָבן מיר ליב געהאַט זיך צו שפּילן אין מלחמה. דאָס שווערסטע אין אָט דער שפּיל איז געווען זיך צעטיילן אויף „רוסישע‟ און „דײַטשן‟; קיינער האָט נישט געוואָלט זײַן „אַ דײַטש‟, נאָר — אַ רוסישער! אויך דער הײַנטיקער פּרעזידענט פֿון רוסלאַנד פּוטין, וואָס געהערט צו מײַן דור, האָט געוויס געשפּילט אין דער ייִנגלשער „מלחמה‟. וועדליק זײַן ווײַטערדיקן וועג אין לעבן און קאַריערע, קאָן איך זיך פֿאָרשטעלן, אַז אים האָט מער אימפּאָנירט צו שפּילן אַ רוסישן אויסשפּירער, — אַזוי ווײַט, אַז ער האָט אויפֿגעהערט אויפֿצונעמען די שפּיל ווי אַ שפּיל, און איז אַרײַן אין די פֿעדערן פֿון אַ ממשותדיקן „פֿיורער‟ מיט אַלע זײַנע מעשׂים…
מעגלעך, אַז צו דער מלחמה אין אוקראַיִנע האָבן אים געבראַכט די אַמביציעזע פֿיורערישע פּלענער צו געווינען זײַן אייגענע מלחמה־שפּיל, און אויפֿנעמען דעם זיג־פּאַראַד אויפֿן „רויטן פּלאַץ‟, שטייענדיק אויף לענינס־מאַווזאָליי, פּונקט ווי ס׳האָט זײַן זיג־פּאַראַד איבער דײַטשלאַנד אויפֿגענומען דער סאָוועטישער „פֿיורער‟ סטאַלין. אָבער אַלע פֿיורערס אין אַלע צײַטן זײַנען פֿריִער אָדער שפּעטער אַראָפּגעזעצט געוואָרן. אויך פֿאַרן פֿיורער פּוטין וועט קומען די שעה; און אויך נאָך זײַן נאָמען וועט אַרויסגעבראַכט ווערן, ווי עס ווערט אַרויסגעבראַכט נאָך די נעמען פֿון זײַנע וועגווײַזערס היטלער און סטאַלין — פּוטין ימח־שמו!
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news. All donations are still being matched by the Forward Board - up to $100,000 until April 24.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
