מע זוכט רעפֿעראַטן וועגן ייִדיש-אַקאַדעמיע און ־אַקטיוויזם אין נאָך־מלחמהדיקן ניו־יאָרקPapers sought on Yiddish academia and activism in post-war New York
די רעפֿעראַטן וועט מען האַלטן אויף אַ קאָנפֿערענץ לזכּרון ד״ר מרדכי שעכטער אין נאָוועמבער 2022.

ד״ר מרדכי שעכטער Courtesy of League for Yiddish
די ייִדיש־ליגע אָרגאַניזירט איצט אַ ייִדיש־קאָנפֿערענץ וועגן דער צעבליִונג פֿונעם ייִדיש־לימוד און דעם ייִדיש־אַקטיוויזם אין ניו־יאָרק נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה און זוכט איצט פֿאָרשער וואָס קענען רעפֿערירן אויף איינער פֿון די אָ טעמעס, אָדער אויף ייִדיש אָדער אויף ענגליש.
די קאָנפֿערענץ, וואָס וועט פֿאָרקומען דעם 20סטן־21סטן נאָוועמבער 2022 אין ניו־יאָרק ווערט דורכגעפֿירט לזכּרון דעם 15טן יאָרצײַט פֿונעם פֿילאָלאָג און ייִדיש־פּראָפֿעסאָר ד״ר מרדכי שעכטער.
נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה האָבן ייִדישע אימיגראַנטן קיין אַמעריקע אַרײַנגעבלאָזן אַ פֿרישן אָטעם אין דער ניו־יאָרקער ייִדיש־שפּראַכיקער וועלט, און ייִדיש האָט דערגרייכט נײַע הייכן אין דער אַקאַדעמישער ספֿערע, בפֿרט אין קאָלאָמביע־אוניווערסיטעט און דעם ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר.
אַ הויפּטפֿיגור אין די פּראָגראַמען איז געווען ד״ר שעכטער, אַליין אַן אימיגראַנט, וואָס איז געשטאַנען בראָש פֿון אַ נײַער כוואַליע ייִדיש־אַקטיוויזם. אויף דער קאָנפֿערענץ וועט מען פֿאָרשן סײַ זײַן עזבֿון בײַ די צוויי אינסטיטוציעס מיט וועלעכע ער איז געווען אַפֿיליִיִרט, סײַ דאָס אָרט פֿון ייִדיש־לשון אין דער אַמעריקאַנער אַקאַדעמיע — דעם עבֿר, דעם איצטיקן מצבֿ פֿונעם פֿעלד, און דעם עתיד — אויפֿן פֿאָן פֿונעם גרעסערן ייִדיש־אַמעריקאַנער קאָנטעקסט.
מיט דעם אָ צוועק פֿאַרבעט די ייִדיש־ליגע פֿירלייגן אויף רעפֿעראַטן אין שײַכות מיט איינער פֿון די טעמעס:
• די ייִדיש־פֿאָרשונג אין נאָכמלחמהדיקן ניו־יאָרק, בפֿרט שפּראַכפֿאָרשונג
• אַקטיוויזם לטובֿת דער ייִדישער שפּראַך אין נאָכמלחמהדיקן ניו־יאָרק
• הײַנטצײַטיקע ייִדישע שפּראַך־פּעדאַגאָגיע
די ייִדיש־ליגע איז ספּעציעל פֿאַראינטערעסירט אין רעפֿעראַטן וואָס באַרירן די קאַריערע פֿון ד״ר שעכטערן אַליין און וועט אַרײַננעמען געלעגנהייטן אַז באַטייליקטע זאָלן זיך אַליין טיילן מיט זייערע זכרונות פֿון אים.
די קאָנפֿערענץ וועט פֿירקומען אין מאָרנינגסײַד־הײַטס, נ״י, און וועט אפֿשר אויך זײַן צוטריטלעך דורך זום. טייל פֿון די הוצאָות פֿאַרן פֿאָרגעלט און וווינונג וועט מען קענען דעקן פֿאַר רעדנערס פֿון מחוץ ניו־יאָרק.
פֿאָרשער וואָס ווילן פֿאָרלייגן אַ טעמע אויף אַ רעפֿעראַט זאָלן אַרײַנשיקן דעם פֿירלייג ביזן 51טן מײַ צו gro.hsiddiyrofeugael@ecnerefnoc
די קאָנפֿערענץ ווערט מיטגעשטיצט דורך דער ייִדיש־ליגע, דעם אינסטיטוט פֿאַר ישׂראל און ייִדישע לימודים בײַם קאָלאָמביע־אוניווערסיטעט, און דעם ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news. All donations are still being matched by the Forward Board - up to $100,000 until April 24.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
