Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

װוּ ביסטו, שלמהלע? (אַ דערציילונג)Where are you, Shloymele? (short story)

אַ פֿרוי אין אַ ישׂראלדיקן אויטאָבוס דערקענט אַ מאַן פֿון איר פֿאַרגאַנגענהייט.

(די דערציילונג איז טייל פֿון אַ סעריע מאַטעריאַלן וועגן ישׂראל לכּבֿוד יום־העצמאות)

װוּ ביסטו, שלמהלע?

דעם שאָפֿער איז נישט געלונגען צו פֿאַרמאַכן די טיר פֿון אויטאָבוס. ער
האָט געבעטן מען זאָל זיך אויפֿהערן שטופּן, אָבער מען האָט אים נישט
געפֿאָלגט. איינער איז פֿאַרבליבן מיט אַ האַנט אין דרויסן. האָט דער שאָפֿער
צעשפּרייט זײַנע הענט און געדערט צו זיך אַליין אין שפּיגל אַרײַן. ער האָט
זיך באַקלאָגט אויף דער גרויסער היץ אין לאַנד און אויף די תושבים פֿון
אָט דער ייִדישער מדינה.

װען די האַנט האָט זיך באַפֿרייט און די טיר האָט זיך פֿאַרמאַכט און
דער אויטאָבוס האָט זיך גערירט פֿון אָרט, האָט אַ זקנה מיט געפֿאַרבטע
האָט זיך דערמאָנט אַז זי האָט פֿאַרגעסן אַראָפּצושטײַגן אויף דער סטאַנציע.
זיצנדיק הינטערן שאָפֿער האָט זי מיטן שפּיץ פֿון איר שטעקן אים
געשטורכעט אין דער פּלייצע, שרײַענדיק:

„רגע! רגע!‟

דער שאָפֿער האָט װידער פֿאַרהאַלטן דעם אויטאָבוס, אָבער די אַלטיטשקע
האָט זיך נישט באַרויִקט. דער בלויזער געדאַנק װיפֿל מהלך װעג זי װאָלט
באַדאַרפֿט צוריקגיין צו פֿוס, טאָמער זי װאָלט אָפּגעפֿאָרן נאָך אַ סטאַנציע,
האָט זי אין גאַנצן צעטומלט.

„מײַן פֿוס! קוקטס אָן מײַן פֿוס!‟ האָט זי געשריגן צו פֿאַרענטפֿערן זיך,
און זי האָט אויפֿגעהויבן איר שטעקן װײַל איר פֿוס האָט זיך נישט אָנגעזען
אין דער ענגשאַפֿט. איר הילצערנער שטעקן איז געװען געדרייט מיט
טונקעלע סענקען װאָס האָבן געקלעטערט ביז אַרויף צום געבויגענעם
הענטל.

דער װעג צו דער פֿראָנטטיר איז געװען פֿאַרשטעלט, האָט זי זיך געשטופּט
צװישן די געזעסן. זי האָט נישט אויפֿגעהערט בעטן מען זאָל קוקן אויף
איר קראַנקן פֿוס און זי האָט נאָך אַלץ מורא געהאַט, טאָמער װעט דער
שאָפֿער פּלוצלינג חרטע האָבן און װעט װידער אָנהויבן פֿאָרן, איידער זי
װעט באַװײַזן אַראָפּ פֿון אויטאָבוס.

דער שאָפֿער האָט זי טאַקע אונטערגעאײַלט און אַנדערע האָבן אים
מיטגעהאָלפֿן שרײַען:

„גבֿרת!‟

איידער זי איז צוגעקומען צו דער אָפֿענער הינטערטיר, האָט זי
פֿאַרהאַלטן איר בליק אויפֿן זקן װאָס האָט איר דערלאַנגט איר קיישל. ס’איז
געגאַנגען פֿון האַנט צו האַנט און זי האָט עס בײַ אים אָפּגענומען. זי האָט
זיך פֿאַרקוקט אויף אים אַ ביסל לענגער און אויסגערופֿן:

„שלמה! שלמהלע האַרטשטיין!‟

זי האָט גאָרנישט געװוּסט אַז ער איז אַרויס אַ לעבעדיקער פֿון די דײַטשן.
אַז ער האָט אַלע יאָרן געװוינט אין ישׂראל, און דאָ, אין ירושלים. זי איז
אויף ס’נײַ צעטומלט געװאָרן און זי האָט נישט געװוּסט צי זאָל זי װײַטער
פֿאָרן און לײַדן װייטיקן אויף איר װעג צוריק, אָדער אַראָפּ פֿון אויטאָבוס
און פֿאַרלירן אַזאַ נאָענטן פֿרײַנד פֿון אירע מיידלשע יאָרן.

דער שאָפֿער האָט פֿאַרלוירן זײַן געדולד. אויך דער אויטאָבוס. און פֿון
אַלע זײַטן האָט מען געשריגן:

„גבֿרת!‟

שלמה האַרטשטיין האָט אָנגעקוקט די זקנה. ער האָט באַקוקט איר
קראַנקן געשװאָלענעם פֿוס, איר געדרייטן שטעקן. אויך איר פּנים איז
געװען באַשלאָגן מיט טונקעלע פֿלעקן ענלעך אויף די סענקעס. פֿון איין
פֿלעק אויף איר האַלדז זענען אַרויסגעװאָקסן עטלעכע שטײַפֿע האָר.

„שיפֿרה! שיפֿרהלע די שיינע!‟ האָט שלמה אויסגערופֿן און דערציילט
פֿאַר די אַרומיקע פּאַסאַזשירן אַז דאָרט אין שטעטל האָט יעדער בחור
געכאַפּט פֿאַר איר די כּפּרה. אַזאַ שיינהייט. אַזאַ קראַסאַװיצע.

די טיר איז געשטאַנען ברייט צעעפֿנט. דער שאָפֿער האָט געפֿאָכעט מיט
די הענט, האָט דער אויטאָבוס זיך נאָך מער צעשריגן:

„גבֿרת!‟

די זקנה האָט אָפּגעלאָזט דעם שטעקן מיט איר קיישל, פֿאַרפֿלאָכטן אירע
פֿינגער און אַרײַנגערעדט אין שלמהן:

„פֿערציק יאָר! װיי איז מיר! אַזאַ גליק!‟

זי איז אַראָפּ אַ צעטומלטע פֿון אויטאָבוס און װען ער האָט אָנגעהויבן
אָפּפֿאָרן האָט זי געפֿאָכעט מיטן סענקעװאַטן שטעקן און נאָכגעשריגן:
„װוּ ביסטו, שלמה! װוּ ביסטו?!‟

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.