לייענקרײַז: מאַנגערס „וווּנדערלעכע לעבנס־באַשרײַבונג פֿון שמואל־אַבא אַבערוואָ“Online reading club: Itsik Manger’s ‘Amazing Life Story of Shmuel Abe Abervo’
דער ווירטועלער לייענקרײַז וועט געפֿירט ווערן אויף ייִדיש אָבער מע וועט אויך איבערזעצן דעם טעקסט אויף ענגליש כּדי אַלע זאָלן פֿאַרשטיין.

מאַנגערס ראָמאַן דערציילט וועגן אַ מלאכל וואָס דאַרף אַראָפּקומען אויף דער ערד אָבער וויל עס נישט טאָן Photo by H. Armstrong Roberts/ClassicStock/Getty Images
מיטוואָך דעם 6טן יולי וועט זיך אָנהייבן אַ ווירטועלער וואָכנדיקער לייענקרײַז פֿון איציק מאַנגערס סאַטירישן ראָמאַן, „די וווּנדערלעכע לעבנס־באַשרײַבונג פֿון שמואל־אַבא אַבערוואָ“, וואָס איז פּובליקירט געוואָרן אין יאָר 1939. דער לייענקרײַז, וואָס ווערט געשטיצט פֿון „ייִדישלאַנד קאַליפֿאָרניע“ און געפֿירט פֿון דער ייִדיש־לערערין טאַניאַ יאַקאָוולעוואַ, וועט פֿאָרקומען אויף ייִדיש אָבער מע וועט אויך איבערזעצן דעם טעקסט אויף ענגליש, כּדי צו פֿאַרזיכערן אַז אַלע באַטייליקטע זאָלן קענען מיטהאַלטן.
דער ראָמאַן שילדערט אַ מלאכל וואָס דערוויסט זיך אַז ס׳איז געקומען די צײַט זיך אַראָפּצולאָזן אויף דער ערד און ווערן אַ בן־אָדם. ער שרעקט זיך שטאַרק דערפֿון ווײַל ער ווייסט אַז מע וועט אים געבן אַ שנעל אין דער נאָז פֿאַרן געבוירן ווערן, כּדי ער זאָל פֿאַרגעסנן די גאַנצע תּורה וואָס ער האָט זיך אויסגעלערנט אין גן־עדן. האָט ער אָבער אַ פּלאַן דאָס אויסצומײַדן.
דער לייענקרײַז וועט זיך טרעפֿן אַ שעה לאַנג יעדן מיטוואָך, פֿונעם 6טן יולי ביזן 7טן סעפּטעמבער, 3:00 נאָך מיטאָג ניו־יאָרקער צײַט; 12:00 קאַליפֿאָרניער צײַט.
כּדי זיך צו פֿאַרשרײַבן אויפֿן לייענקרײַז גיט אַ קוועטש דאָ.
Hello, fellow Forward reader! I’m Joel Brown, a Forward reader and supporter for more than 15 years, and currently the chair of the board of directors.
I’m an avid Forward reader because it ticks so many of my essential boxes: excellent journalism, Jewish focus and diverse viewpoints. In today’s political climate, what I most appreciate is the Forward’s independence — made possible by the generosity of its membership.
The Forward is committed to bringing you unbiased, nuanced Jewish news. From my position as board chair, I see an exciting future as we expand our position as the definitive independent voice of contemporary American Judaism.
That’s why I’m paying it Forward, by matching $36,000 of reader gifts. It’s an investment in the Forward’s newsroom, to continue telling the American Jewish story with truth and independence.
— Joel Brown, Forward board chair
