טשיקאַוועסן: אַ שטאָט־מושבֿ אין בערקלי, קאַליפֿאָרניע • הויזן פֿון הרבֿ חיים קאַניעווסקי ז״ל וועלן ליציטירט ווערןTidbits: A moshav in Berkeley, CA • Pants of the late Rabbi Chaim Kanievsky to be auctioned
דער ציל פֿונעם מושבֿ איז צו שאַפֿן אַ ייִדישע סבֿיבֿה וווּ יונג און אַלט קענען פֿאַרברענגען אין איינעם.

Graphic by Angelie Zaslavsky
Tidbits is a weekly feature of easy news briefs in Yiddish that you can listen to or read, or both!
If you read the articles and don’t know a word, just click on it and the translation appears. You’ll also find the link to the article in English after each news brief.
Listen to the report here:
הערט דעם באַריכט אויף אוידיאָ דאָ:
סוף 2024 וועט מען אין בערקלי, קאַליפֿאָרניע עפֿענען אַ מושבֿ וווּ משפּחות מיט קינדער, מענטשן אָן קינדער און עלטערע לײַט וועלן זיך קענען אויסלעבן צוזאַמען אין אַ קאָמונאַלער סבֿיבֿה מיט אַ ייִדישן טעם.
דאָס כּמו־שטעטל, „בערקלי־מושבֿ“, וועט באַשטיין פֿון אַ בנין מיט 36 וווינונגען. דערווײַל זענען 14 פֿון די דירות שוין רעזערווירט געוואָרן.
צוויי אָדער דרײַ מאָל אַ וואָך וועט דער גאַנצער מושבֿ צוזאַמען עסן וועטשערע, צוגעגרייט פֿון אַ גרופּע אײַנוווינער. יעדער אײַנוווינער וועט איין מאָל אַ חודש דאַרפֿן צוהעלפֿן מיטן קאָכן.
„אַלע ווייסן ווי שווער ס׳איז צו דערציִען קינדער,“ האָט דער מושבֿ־גרינדער ראָדזשער סטאָדלי געזאָגט. „נו, מאָלט זיך אויס אַ מין שטעטעלע, וווּ מע קען תּמיד בעטן אַ שכן צו היטן דײַנע קינדער אויב דו מוזסט אַרויסלויפֿן; אַן אָרט וווּ עלטערע מענטשן קענען דינען ווי באָבעס, זיידעס, מומעס און פֿעטערס.“
כּדי זיך צו באַטייליקן אין אַ זום־סעסיע וועגן דעם פּלאַנירטן מושבֿ גיט אַ קוועטש דאָ.
צו לייענען די נײַעס אויף ענגליש, גיט אַ קוועטש דאָ.
To read the news in English, click here.
דעם 1טן מאַרץ וועט מען אין לייקוווּד, ניו־דזשערזי, ליציטירן די הויזן פֿונעם גדול־הדור, הרבֿ חיים קאַניעווסקי, וואָס איז פֿאַראַיאָרן ניפֿטר געוואָרן צו 94 יאָר.
דער עפֿנפּרײַז פֿון די הויזן, וואָס זענען אַ ביסל צעריסן, איז $3,200. די הויזן זענען איצט אינעם רשות פֿון דער ליציטיר־פֿירמע „פּרײַם דזשודאַיִקאַ“.
אויף דער זײַט פֿון דער ליציטיר־פֿירמע געפֿינט זיך אויך אַ בריוו אונטערגעשריבן פֿון הרבֿ קאַניעווקיס אייניקל און אַסיסטענט, גדליהו קעניגסבערג, וואָס באַשטעטיקט אַז זײַן זיידע האָט געטראָגן די הויזן יאָרן לאַנג.
אַ צאָל זאַכן וואָס האָבן אַ מאָל געהערט צו הרבֿ קאַניעווסקי ווערן בײַ אַ סך חרדים פֿאַררעכנט פֿאַר הייליקע. ביז איצט האָט מען שוין ליציטירט אַ שלל מיט בריוו און פּסקים וואָס דער רבֿ האָט אָנגעשריבן — אַ טייל פֿון זיי פֿאַר הונדערטער, אַ מאָל אַפֿילו טויזנטער דאָלער.
צו לייענען די נײַעס אויף ענגליש, גיט אַ קוועטש דאָ.
To read the news in English, click here.
It’s our birthday and we’re still celebrating!
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news.
This week we celebrate 129 years of the Forward. We’re proud of our origins as a Yiddish print publication serving Jewish immigrants. And we’re just as proud of what we’ve become today: A trusted source of Jewish news and opinion, available digitally to anyone in the world without paywalls or subscriptions.
We’ve helped five generations of American Jews make sense of the news and the world around them — and we aren’t slowing down any time soon.
As a nonprofit newsroom, reader donations make it possible for us to do this work. Support independent, agenda-free Jewish journalism and our board will match your gift in honor of our birthday!
