ייִדישער אַלבאָם דערגרייכט דאָס ערשטע אָרט אין אייראָפּעיִשן שלאַגער־פּאַראַדYiddish album reaches #1 in European music charts
די לידער זענען באַגרינדעט אויף די זכרונות פֿון ייִדישע פֿרויען וואָס האָבן איבערגעלעבט שרעקלעכע פּײַניקונגען מצד די נאַציס
בערך מיט אַ חודש צוריק האָט דער נײַער ייִדישער מוזיק־אַלבאָם Silent Tears (שטילע טרערן), דערגרייכט דאָס ערשטע אָרט אין World Music Charts Europe – אַ חשובֿע פּאָפּולאַריטעט־ליסטע פֿון עטנישער מוזיק (world music), וואָס מע שפּילט הײַנט אויף דער ראַדיאָ אין מערבֿ־אייראָפּעיִשע לענדער.
די טאַבעלע ווערט כּסדר באַנײַט לויט דער סטאַטיסטיק פֿון אַזעלכע גרויסע ראַדיאָ־ און טעלעוויזיע־סטאַנציעס, ווי BBC, דער פֿראַנצויזישער אינטערנאַציאָנאַלער ראַדיאָ RFI, דער עסטרײַכישער ORF און דער דײַטשישער DLR. נאָכן דערגרייכן די העכסטע פּאָזיציע, בלײַבט דער אַלבאָם „שטילע טרערן“ נאָך אַלץ, שוין עטלעכע וואָכן לאַנג, אויפֿן צווייטן אָרט אין דער ליסטע. דער קאַנאַדער פּראָדוסער פֿונעם פּראָיעקט, דניאל ראָזענבערג, האָט איבערגעגעבן דעם פֿאָרווערטס, אַז דעם 17טן אַפּריל, לכּבֿוד דעם יום הזכּרון לשואה, האָט די טאָראָנטער גרופּע Payadora Tango פּרעזענטירט דעם אַלבאָם אויף אַ געראָטענעם טעלעוויזיע־קאָנצערט.
דער פֿאָרווערטס האָט שוין געשריבן וועגן דעם אַלבאָם Yiddish Glory , געשפּילט פֿונעם קאַנאַדער אַנסאַמבל Payadora Tango. ער באַשטייט פֿון פֿריִער אומבאַקאַנטע לידער, וואָס די טאָראָנטער ייִדיש־פֿאָרשערין אַנאַ שטערנשיס האָט מיט יאָרן צוריק אַנטדעקט אין קיִעוו, אין די אַרכיוון פֿונעם סאָוועטיש־ייִדישן פֿאָלקלאָר־זאַמלער משה בערעגאָווסקי. יענער אַלבאָם איז אין 2018 נאָמינירט געוואָרן אויפֿן „גרעמי“־פּריז. אין Yiddish Glory זינגט דער ייִדישיסטישער מוזיקער פּסאָי קאָראָלענקאָ.
להיפּוך, זינגען אינעם נײַעם אַלבאָם פֿון Payadora Tango נאָר פֿרויען – פֿיר זינגערינס, ווײַל ער איז באַגרינדעט אויף די שוידערלעכע חורבן־זכרונות פֿון עטלעכע ייִדישע טעכטער. פֿינף לידער זענען געשאַפֿן געוואָרן אויפֿן סמך פֿון מאָלי עפּלבוימס טאָגבוך און זכרונות „באַגראָבענע ווערטער“ – דווקא אויפֿן פּוילישן אָריגינאַל פֿונעם בוך. בעת דעם חורבן האָט זי זיך אויסבאַהאַלטן פֿון די נאַציס, באַגראָבן אין אַ שמוציקן קאַסטן אויף אַ פּוילישער פֿאַרם. זי איז איצט 92 יאָר אַלט און וווינט אין טאָראָנטאָ.
דרײַ לידער שטאַמען פֿון די חורבן־דערציילונגען, וואָס די פּסיכאָלאָגין פּאַולאַ דוד האָט געזאַמלט בײַ אירע פּאַציענטקעס אינעם טאָראָנטער שפּיטאָל און מושבֿ־זקנים Baycrest Centre. פּאַולאַ דוד האָט געוואָלט זיי העלפֿן צו פֿאַרגרינגערן זייער טראַוומע פֿון די שוידערלעכע איבערלעבונגען, האָט זי אויסגעהערט זייערע לעבנס־מעשׂיות און זיי געמוטיקט צו פֿאַרוואַנדלען די פּערזענלעכע געשיכטעס אין פּאָעטישע ווערק אויף ענגליש.
דאָס מאַמע־לשון פֿון די פֿרויען איז אָבער געווען, אַוודאי, ייִדיש. צוויי איבערזעצער, וויקי אַש־שיפֿריס און אַלכּסנדר פֿיש, האָבן זיי שפּעטער פֿאַרוואַנדלט אין ייִדישע זינגלידער. צו אַ טייל פֿון זיי האָט די מוזיק אָנגעשריבן די קאָמפּאָזיטאָרין רבֿקה וואָלקשטיין. אין פֿיר אַנדערע האָט מען אויסגענוצט די ווערק פֿונעם ייִדיש־פּוילישן קאָמפּאָזיטאָר אַרטור גאָלד (1897 – 1943). ער אַליין איז אומגעבראַכט געוואָרן אין טרעבלינקע.
איינע פֿון די זינגערינס, אָלגאַ־אַביגיל מיעלעשטשוק, האָט דערציילט דעם פֿאָרווערטס, אַז זי איז געבוירן געוואָרן אין וואַרשע און דערצויגן געוואָרן בײַ קאַטוילישע פּוילישע עלטערן. שוין צו זעקס יאָר האָט זי געשפּילט די פּיאַנע. זי האָט פֿאַרענדיקט דעם וואַרשעווער מוזיקאַלישן אוניווערסיטעט אויפֿן נאָמען פֿון שאָפּען און פֿאַרטיידיקט אַ מאַגיסטער־דיסערטאַציע אינעם געביט פֿון קולטורעלער אַנטראָפּאָלאָגיע. אין ייִדיש האָט זי זיך פֿאַרליבט, ווען זי האָט אָנגעהויבן מיטאַרבעטן מיטן ייִדישן טעאַטער אין וואַרשע; די ליבשאַפֿט צו דער שפּראַך האָט זי צוגעצויגן צו ייִדישקייט. אין 2012 האָט זי זיך מגייר געווען און וווינט הײַנט אין ירושלים.
גאַנץ אינטערעסאַנט איז מיעלעשטשוקס אייגענער מוזיקאַלישער פּראָיעקט: Yiddish Orient. זי אַראַנזשירט ייִדישע לידער אויף אַ טערקישן און אַראַבישן שטייגער, מיטן אַקאָמפּאַנימענט פֿון מיזרחדיקע אינסטרומענטן. זי זינגט למשל חנעוודיק באַקליידט אין אַ מיטל־מיזרחדיקן מלבוש, דאָס באַקאַנטע ליד „לאָמיר זיך איבערבעטן“. דאָס טערקישע פֿאָלקס־ליד Üsküdar’a gider iken („אויפֿן וועג קיין אוקסיודאַר“) האָט אַלכּסנדר פֿיש פֿאַר איר איבערגעזעצט אויף ייִדיש. ער איז אַליין אַ ייִדישער שרײַבער; אין 2020 האָט זײַן דערציילונג „די דרײַ בריוו, וואָס פֿעליקס האָט געשריבן בנימינען“ באַקומען אַ פּרעמיע אינעם ישׂראלדיקן שרײַבער־קאָנקורס.
מיעלעשטשוק האָט איבערגעגעבן, אַז דער אַלבאָם „שטילע טרערן“ איז אַ רעזולטאַט פֿון אַן אינטענסיווער אינטערנאַציאָנאַלער קאָאָפּעראַציע. וווינענדיק אין פֿאַרשיידענע לענדער, האָבן די מוזיקער זיך געטראָפֿן נאָר אויף דער אינטערנעץ און געאַרבעט, דער עיקר, בעת דער מגפֿה. נאָך איין זינגערין, מאַרטאַ קאָסיאָרעק, וווינט אין פּוילן. די אַנדערע צוויי, לענקאַ ליכטענבערג און אבֿיבֿה טשערניק – אין טאָראָנטאָ. דער באַסיסט דזשאָ פֿיליפּס איז אַ לאָנדאָנער; אַלע אַנדערע באַטייליקטע אינעם פּראָיעקט וווינען אין קאַנאַדע. איין ליד איז אויף פּויליש, באַגרינדעט אויף די זכרונות פֿון דער דערמאָנטער פֿרוי פֿון דער שארית־הפּליטה, מאָלי עפּלבוים און ס׳איז אויך אַרײַן אַן אינסטרומענטאַלע קאָמפּאָזיציע. אַלע אַנדערע לידער זענען אויף ייִדיש.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor