אַ נײַער דור ייִדיש־לערערס לעבט אויף די וואַרשעווער זומער־פּראָגראַםNew generation of Yiddish teachers invigorates Warsaw Yiddish summer program
צו דער פּראָגראַם האָט מען ספּעציעל צוגעגרייט אַן אילוסטרירט לערנביכל וואָס איז צוגעפּאַסט צו די אינטערעסן פֿון ייִנגערן דור
הײַיאָר האָבן צוויי יונגע לערערינס געהאַט זייער „פּרעמיערע“ אויף דער וואַרשעווער ייִדישער זומער־פּראָגראַם. קאַראָ וועגנער (25 יאָר אַלט), וואָס איז אַליין פֿון וואַרשע, און עטל ניבאָרסקי (21 יאָר אַלט), וואָס איז געקומען פֿון ישׂראל, האָבן דעם זומער געלערנט די אָנהייבער־קלאַסן צום ערשטן מאָל.
כאָטש ביידע האָבן שוין פֿריִער געהאַט אַ סך דערפֿאַרונג ווי לערער, און האָבן געלערנט צוגאָב־לעקציעס און אָנגעפֿירט מיט פֿאַרשיידענע אַקטיוויטעטן בײַ פֿריִערדיקע פּראָגראַמען, האָבן זיי איצט צום ערשטן מאָל אָנגעפֿירט מיטן שפּראַך־לימוד גופֿא.
הײַיאָר אין וואַרשע האָבן בלויז די אָנהייבער קלאַסן זיך געטראָפֿן פּנים־אל־פּנים; די העכערע קלאַסן האָבן זיך געטראָפֿן בלויז אויף „זום“. אַפֿילו די לערערס פֿון די העכערע קלאַסן האָבן געלערנט פֿון דער ווײַטנס, סײַדן זיי האָבן געמאַכט אַ ספּעציעלן וויזיט.
טאַקע דערפֿאַר האָבן די שטימונג און ענערגיע פֿון דער פּראָגראַם זיך געווענדט אין די אָנהייבער־סטודענטן און אין זייערע לערערינס, קאַראָ און עטל. די פֿרייד פֿון שאַפֿן נײַע פֿרײַנד און פֿאַרברענגען מיט זיי אין די פֿרײַע שעהען — איז געווען אַן איבערלעבונג וואָס בלויז די אָנהייבער האָבן דערפֿון געקענט געניסן.
קאַראָ און עטל האָבן געהאַט דאָס וויכטיקע שליחות צו אינספּירירן די סטודענטן זיך צו פֿאַרליבן אין דער ייִדישער שפּראַך און קולטור (וואָס דאָס איז דאָך די עיקר־פֿונקציע פֿון יעדער זומער־פּראָגראַם).
אין דער וואַרשעווער פּראָגראַם ניצט מען נישט קיין אָפֿיציעל לערנבוך (ווי, למשל, „אין איינעם“). די לערערס גרייטן צו אייגענע לערנהעפֿטלעך, וואָס מע דרוקט אָפּ פֿאַר די קלאַסן באַזונדער. קאַראָ און עטל האָבן צוזאַמען געשאַפֿן אַ לערנביכל אַזאַ, וואָס איז טאַקע אויף אַ פּראָפֿעסיאָנעלער מדרגה, מיט שיינע אילוסטראַציעס, און גוט צוגעפּאַסט צו די אינטערעסן פֿון ייִנגערן דור.
אין דער הקדמה, למשל שרײַבט עטל אַז זיי האָבן אַרײַנגענומען אַ קאַפּיטעלע וועגן ראַנדקעווען הײַנט אויף ייִדיש און בײַשפּילן פֿון וואַטסאַפּ־שמועסן מיט סלענגישע קירצונגען. זיי האָבן אויך געפּרוּווט וואָס מער אַרויסצונעמען די תּלמידים אויף עקסקורסיעס און שאַפֿן דינאַמישע אַקטיוויטעטן, אַזעלכע וואָס פּאַסן פֿאַר אַ צײַט אין וועלכער דער מענטשלעכער אויפֿמערק איז אַ סך שפּרינגעוודיקער ווי עס פֿלעג זײַן.
די וואַרשעווער פּראָגראַם גייט אָן שוין איבער צוואַנציק יאָר. זי געדויערט בלויז דרײַ וואָכן, אָבער איז פֿאָרט אינטענסיוו. די שפּראַכקלאַסן פֿאַרנעמען דרײַ שעה יעדן טאָג און עס קומען צו נאָך אַ סך צוגאָב־לעקציעס און נאָכמיטאָג־ און אָוונט־אַקטיוויטעטן (למשל, לערנען זיך ווי אַזוי אײַנצוזײַערן אוגערקעס).
אַוודאי האָט די באַטייליקונג אין אַ ייִדיש־פּראָגראַם, וואָס קומט פֿאָר הײַנט אין וואַרשע, אַ ספּעציעלן באַטײַט סײַ פֿאַר די סטודענטן, סײַ פֿאַר די לערערס. עטל האָט געזאָגט, למשל, אַז גייענדיק יעדן אינדערפֿרי אין קלאַס, האָט זי דערפֿילט „די הילכיקע וואָג פֿון דער פֿאַרגאַנגענהייט: אַ געפֿיל וואָס פֿילט דיך פֿון איין זײַט אָן מיט טרויער, נאָר שטופּט דיך אויך צו אַרבעטן ווײַטער. די דעמאָלטיקע שרײַבער און שפּראַך־טוער האָבן דאָך באַוויזן צו זײַן אַקטיוו און צו שאַפֿן אין אַ סך פֿאַרצווייפֿלענדיקערע באַדינגונגען.“ זי האָט געוואָלט טיילן די וואָגיקע געשיכטעס און אַנעקדאָטן וועגן דער געגנט מיט די תּלמידים אין קלאַס, „נאָר בלײַבן האָט מען בלית־ברירה לרובֿ געמוזט בײַ פֿרוכטן און קאָלירן…“ מיט אַנדערע ווערטער: די לערערס ווילן נישט אָפּשרעקן די סטודענטן גלײַך ווען זיי באַקענען זיך מיט דער ייִדישער שפּראַך.
הײַיאָר האָבן זיך באַטייליקט אַרום 45 סטודענטן, וואָס דאָס איז אַ ביסל ווייניקער ווי פֿאַר דער פּאַנדעמיע. אַחוץ עטל און קאַראָ האָבן אויך געלערנט אַניע שיבאַ, מאַגדאַלענאַ קאָזלאָווסקאַ, אַלעקסאַנדראַ גלובאַ, רייזע טורנער, פֿיליפּ שוואַרץ און נאַטאַליע קריניצקאַ. עס קומט זיי און אויך דער אָרגאַניזאַטאָרין פֿון דער פּראָגראַם, נאַטאַליע כמיעלאַזש אַ גרויסער יישר־כּח!
איך בין בלויז געווען אַ גאַסט אין שטעטל, אָבער איך האָב אויסגעניצט פֿאַרשיידענע געלעגנהייטן צו שמועסן מיט די לערערס און די סטודענטן. ס׳רובֿ קלאַסן זײַנען געגאַנגען זייער גוט, אָבער איך האָב געהערט טענות. מע האָט זיך באַקלאָגט, למשל, אַז געוויסע סטודענטן פֿאַרשפּעטיקן זיך אָפֿט אָדער קומען בכלל נישט אין קלאַס. די צרה איז, וואָס אַ סך פּוילישע סטודענטן זײַנען דאָ נישט אויף וואַקאַציע: זיי דאַרפֿן אַרבעטן און זײַנען באַלאָדן מיט אַלע געוויינטלעכע אַחריותן פֿונעם לעבן.
דערצו האָבן אַ סך סטודענטן געקענט דײַטש פֿון פֿריִער, וואָס דאָס פֿאַרגרינגערט זיי אַ סך זייער אַרײַנטריט אין ייִדיש — אָבער עס שאַפֿט אויך אַן אומבאַלאַנס מיט די סטודענטן וואָס קענען נישט קיין דײַטש.
דאָס וואָס אַ העלפֿט פֿון דער פּראָגראַם איז געווען אויף „זום“ איז נישט אַלעמען געפֿעלן. די ווירטועלע קלאַסן זײַנען פֿאָרגעקומען אין אָוונט, כּדי די אַמעריקאַנער זאָלן זיך אויך קענען באַטייליקן פֿון דער ווײַטנס. אַזוי זײַנען געווען סטודענטן פֿון דער דריטער און פֿערטער מדרגה, וואָס האָבן זיך געפֿונען אין וואַרשע, אָבער האָבן נישט געקענט קומען אויף די אַקטיוויטעטן, ווײַל מע האָט זיי פּלאַנירט אין די זעלבע שעהען ווי זייערע לעקציעס.
אויף דרײַ אונטערנעמונגען בין איך בײַגעווען, וואָס ס’איז כּדאַי זיי צו דערמאָנען. פּראָפֿ׳ קאַראָלינאַ שימאַניאַק האָט געפֿירט די סטודענטן אויף אַן עקסקורסיע צו די ברעגן פֿונעם טײַך ווײַסל, וואָס האָט געשפּילט אַ גרויסע ראָלע אין דער קולטור און ליטעראַטור פֿון די וואַרשעווער ייִדן. זי האָט אונדז דערציילט אינטערעסאַנטע לעגענדעס — למשל, וועגן דער מכשפֿה וואַנדאַ, וואָס פֿאַרכאַפּט ייִדישע קינדער. דער שפּאַציר האָט זיך געענדיקט אויף דער פּלאַזשע, וווּ די פּאָליאַקן ליגן אויף דער זון ממש אין מיטן שטאָט!
די בערלינער ייִדישיסטקע יאַנינאַ וווּרבס איז ספּעציעל געקומען קיין וואַרשע, כּדי אָנצופֿירן מיט אַן אוניקאַלן שפּילערײַ־וואַרשטאַט. ס’איז געווען אויסערגעוויינטלעך הנאהדיק זיך צו באַטייליקן אין די „באַוועגונגס־שפּילן“, וואָס זי האָט געפֿונען אין אַ בוך געדרוקט אין ווילנע אין 1920. ווײַזט זיך אַרויס, אַז הײַנטיקע מענטשן האָבן ליב די זעלבע שפּילן ווי ייִדישע קינדער פֿון הונדערט יאָר צוריק. מע ווערט קיין מאָל נישט צו אַלט צו שפּילן זיך אין כאַפּערלעך.
צום סוף וויל איך דערמאָנען דעם סיום־קאָנצערט פֿון דער זינגערין מאַריאַ קאַ, וואָס זינגט ייִדישע לידער אויף אַן אויסערגעוויינטלעך מאָדערנעם, עלעקטראָנישן אופֿן, ניצנדיק די מכשירים פֿון אַ הײַנטיקן „די־דזשיי“. הערנדיק אירע לידער — סײַ די אָריגינעלע, סײַ די טראַדיציאָנעלע — וואָס זי זינגט אויף איר נײַ־מאָדישן אופֿן, האָב איך דערפֿילט, וואָס פֿאַראַ מזל מיר האָבן, וואָס זי האָט זיך איבערגעגעבן צו שאַפֿן מוזיק דווקא אויף ייִדיש.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO