פֿרוי קריטיקירט די עוולה וואָס די חסידישע קהילה באַגייט קעגן די בחוריםWoman criticizes the burden that the Hasidic community lays on its boys
מיידלעך זענען פֿרײַ צו טאָן וואָס זיי ווילן, זאָגט זי, בשעת בחורים מוזן לערנען אַ גאַנצן טאָג אָן שום לײַטישער הפֿסקה

Photo by @Hasidic_1
אין אַן אוידיאָ וואָס מע האָט לעצטנס אַרויפֿגעשטעלט אויף X (דעם סאָציאַלן מעדיאַ־קאַנאַל וואָס האָט פֿריִער געהייסן טוויטער), הערט מען ווי אַ פֿרוי, אַ פּנים פֿון די חסידישע קרײַזן, באַשרײַבט דעם אומיושרדיקן אופֿן ווי די חסידישע קהילה באַהאַנדלט די בחורים: מע צווינגט זיי אויפֿצושטיין פֿאַרטאָג צו גיין אין דער מיקווה, און דערנאָך דאַרפֿן זיי אַ גאַנצן טאָג זיצן און לערנען אין ישיבֿה אָן קיין לײַטישן איבעררײַס. מע גיט זיי קוים אַ געלעגנהייט אַרומצולויפֿן אין הויף אָדער מאַכן ספּאָרט.
און אויב אַ בחור קומט שפּעט אין דער ישיבֿה ווערט דאָס גלײַך אַ פֿלעק אויף זײַן נאָמען, טענהט זי.
מיידלעך, פֿון דער אַנדערער זײַט, קענען זיך אויפֿוועקן שפּעט אויב זיי ווילן, און קענען אַפֿילו פֿאָרן אויף וואַקאַציע מיט זייערע חבֿרטעס.
מחוץ דער חסידישער וועלט קריטיקירט מען געוויינטלעך דעם אופֿן ווי די קהילה באַהאַנדלט די מיידלעך, בפֿרט וואָס שייך צניעות: זיי מוזן טראָגן קליידער וואָס דעקן צו ס׳רובֿ פֿונעם לײַב; זיי טאָרן נישט זינגען אָדער טאַנצן פֿאַר אַן עולם וווּ עס זיצן מענער. אָבער לויט דער פֿרוי באַעוולט מען די בחורים אַ סך מער ווי די מיידלעך.
בײַם סוף ווערט דער אוידיאָ אָפּגעהאַקט אין מיטן זאַץ, איז קלאָר אַז דאָס איז בלויז אַ חלק פֿון אַ לענגערן אוידיאָ. דעם גאַנצן אוידיאָ האָב איך אָבער נישט געפֿונען.
צו הערן דעם אוידיאָ גיט אַ קוועטש דאָ.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
