ווידעאָ: אַן אינטערוויו מיט גבֿריאל ווײַנרײַך, דער ברודער פֿונעם ייִדישן לינגוויסט אוריאל ווײַנרײַךVIDEO: An interview with Gabriel Weinreich, brother of the Yiddish linguist Uriel Weinreich
הגם גבֿריאל איז אויף דער עלטער געוואָרן אַ גלח, איז ער ביזן סוף פֿון זײַן לעבן געבליבן פֿליסיק אין ייִדיש.

גבֿריאל ווײַנרײַך Photo by the Yiddish Book Center
דער ייִדישער ביכער צענטער האָט לעצטנס, לכּבֿוד דעם 15טן יוביליי פֿון זײַן בעל־פּה־געשיכטע פּראָיעקט אויף וועקסלערס נאָמען, אַרויסגעשיקט די לינקס פֿון זעקס אינטערוויוען וואָס דעם פּראָיעקטס אָנפֿירערין קריסטאַ וויטני האָט געמאַכט במשך פֿון דער צײַט. צוויי פֿון די אינטערוויוען האָט מען געפֿירט אויף ייִדיש, די אַנדערע — אויף ענגליש.
אָט ברענגען מיר אײַך איינעם פֿון די ייִדישע רעקאָרדירונגען: אַן אינטערוויו מיט גבֿריאל ווײַנרײַך, וואָס זײַן טאַטע איז געווען דער גרינדער פֿון ייִוואָ, מאַקס ווײַנרײַך, און זײַן ברודער — דער ייִדישער לינגוויסט און לעקסאָגראַף אוריאל ווײַנרײַך.
גבֿריאל ווײַנרײַך איז געבוירן געוואָרן אין ווילנע אין 1928 און איז אַנטלאָפֿן מיט זײַן מאַמען, רעגינע, גלײַך בײַם אָנהייב פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. פֿאָרנדיק איבערן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד צום פּאַציפֿישן אָקעאַן זענען זיי סוף־כּל־סוף אָנגעקומען קיין ניו־יאָרק וווּ זיי האָבן זיך פֿאַראייניקט מיטן טאַטן און ברודער.
שפּעטער איז ער געוואָרן אַ פּראָפֿעסאָר פֿון פֿיזיק און נאָכן חתונה האָבן צום צווייטן מאָל איז ער געגאַנגען אויף אַ גאָר אַנדערן דרך ווי זײַן ברודער. ער האָט אָנגענומען דעם קריסטלעכן גלויבן און מיט דער צײַט געוואָרן אַן עפּיסקאָפּאַלישער גלח.
נישט געקוקט אויף זײַן אומגעוויינטלעכן דרך אין לעבן איז גבֿריאל ביזן סוף פֿון זײַן לעבן געבליבן פֿליסיק אין ייִדיש. ער איז געשטאָרבן אין טשעלסי, מישיגען אין 2023 צו 95 יאָר.
צו זען דעם גאַנצן אינטערוויו אויף ייִדיש (אָן אונטערקעפּלעך), גיט אַ קוועטש דאָ.
צו זען קורצע אויסצוגן פֿונעם אינטערוויו, באַגלייט מיט ענגלישע אונטערקעפּלעך, גיט אַ קוועטש דאָ.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
