טשיקאַוועסן: שפּורן פֿון אַ געטאָ־בונקער אַנטדעקט אין בענדין, פּוילןTidbits: Traces of a ghetto bunker uncovered in Będzin, Poland
פֿון אָט דעם בונקער האָבן ייִדן אין אויגוסט 1943 געפֿירט אַ ווידערשטאַנד קעגן די דײַטשן.

דאָס „הויז פֿון די געטאָ־קעמפֿער“, וואָס געפֿינט זיך גלײַך לעבן דעם אַנטדעקטן בונקער אין בענדין Courtesy of the Cukerman’s Gate Foundation
Tidbits is a Forverts feature of easy news briefs in Yiddish that you can listen to or read, or both! If you read the article and don’t know a word, just click on it and the translation appears. Listen to the report here:
אַ גרופּע אַרכעאָלאָגן, וואָס האָט געהאַלטן אין מיטן אויסגראָבן אַ בונקער פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה אינעם פּוילישן שטעטל בענדין, האָט אַנטדעקט שפּורן פֿון אַן אונטערערדישן באַהעלטעניש און טונעל, וואָס ייִדן האָבן געניצט קעמפֿנדיק קעגן די דײַטשן אין 1943.
„מיר האָבן אַנטדעקט שטיינערנע טרעפּ, וואָס פֿירן אַרײַן אין אַ באַהעלטעניש אונטער אַן אַמאָליקער געבײַדע,“ האָט די אַרכעאָלאָגישע פֿירמע „וויקאָפּ נאַ פּאָזיאָמיע“ געמאָלדן אויף פֿייסבוק. זיי האָבן אויך אַנטדעקט אַ טונעל, וואָס האָט געדינט ווי אַ זיכער אָרט אונטער ד׳רערד.
די אַרכעאָלאָגן האָבן געזאָגט, אַז זיי האָבן זיך געריכט צו געפֿינען „אַרכעאָלאָגישע עלעמענטן“ אָבער זענען געווען דערשטוינט, וואָס אַלץ האָט זיך אַזוי גוט פֿאַרהיט. אינעם טונעל קען מען נאָך זען די פֿריִערדיקע הילצערנע פּאָדליגע און שפּורן פֿון די ווענט.
דער בונקער איז גלײַך לעבן דעם „הויז פֿון די געטאָ־קעמפֿער“, וואָס געפֿינט זיך הײַנט אויף 24 רוטקאַ־לאַסקיער גאַס. בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, ווען די נאַציס האָבן פֿאַרטריבן די ייִדן אין געטאָ, איז דער בנין געוואָרן דאָס געהיימע פֿאַרזאַמלונג־אָרט פֿון די ציוניסטישע יוגנט־גרופּעס און דער „ייִדישער קאַמף־אָרגאַניזאַציע“. די מיטגלידער פֿון דער אָרגאַניזאַציע, מיט פֿרומקע פּלאָטניצקאַ בראש, האָבן דורכגעפֿירט אַ ווידערשטאַנד אין אויגוסט 1943, בעת די דײַטשן האָבן אָנגעפֿירט מיט די לעצטע דעפּאָרטאַציעס און מיט דער פֿאַרטיליקונג פֿונעם געטאָ. דרײַ טעג האָבן די ייִדן געקעמפֿט, ביז די דײַטשן האָבן דעם ווידערשטאַנד אײַנגעבראָכן.
אין 2024 האָט די צוקערמאַן גייט פֿונדאַציע געקויפֿט דאָס אייגנס, כּדי דאָרט צו בויען אַן אָנדענק־מוזיי. די פֿונדאַציע איז שוין יאָרן לאַנג אַקטיוו אין בענדין און האַלט דאָרט אויף אַ פּריוואַטע שיל אין אַ טעמעמענט־בנין.
לייענט דעם אַרטיקל אויף ענגליש.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
