ווידעאָ: אַ שעפֿערישער מיטל צו באַלעבן די ייִדישע שפּראַך אין קלאַסצימערVIDEO: A creative way to make Yiddish come alive in the classroom
לעסלי טורנער האָט אָנגעשריבן און אויפֿגעפֿירט אַ ליאַלקע־שפּיל אין איר ייִדיש־קלאַס בײַם טאָראָנטאָ־אוניווערסיטעט

לעסלי טערנער מיט אירע צוויי ליאַלקעס, הײַפֿישעלע און פּיפּערנאָטער Courtesy of Lesley Turner
לעסלי טערנער, אַ גראַדויִר־סטודענטקע אין פּראָפֿ׳ אַנאַ שטערנשיסעס קלאַס בײַם טאָראָנטאָ־אוניווערסיטעט, האַלט בײַם פֿאַרענדיקן אַ מאַגיסטער אין ייִדיש־לימודים. זי האַלט, אַז זי — און אַנדערע ייִדיש־סטודענטן — קענען העלפֿן אױפֿהאַלטן די ייִדישע שפּראַך דורכן שאַפֿן נײַע ווערק אין ייִדיש.
מיט פֿינף יאָר צוריק האָט זי אָנגעהױבן שרײַבן און אינסצענירן ליאַלקע־שפּילן אױף ייִדיש. דאָס איז געװען דער אָנהײב פֿון אַ סעריע אויפֿפֿירונגען, ניצנדיק צוויי ליאַלקעס: אַ הײַפֿיש וואָס הייסט הײַפֿישעלע, און אַ פּיפּערנאָטער. יעדן זומער פֿירט זי אויף אַ ליאַלקע־שפּיל אויף דער „ייִדיש־וואָך“, אין איינעם מיטן שיקאַגער ייִדישיסט אַבֿי פֿריד.
לעצטנס האָט טערנער און אַ צווייטער סטודענט, גריים מײַערס, אויפֿגעפֿירט אַ נײַ־געשאַפֿענע ליאַלקע־שפּיל אין שטערנשיסעס קלאַס, פֿילמירט דורך צוויי אַנדערע סטודענטקעס מרים באָרדען און אליזה אַוטען. די פֿאָרשטעלונג, „הײַפֿישעלע און פּיפּערנאָטער קומען קײן ניו יאָרק“, האָט אַזאַ סיפּור־המעשׂה:
הײַפֿישעלע און פּיפּערנאָטער פֿאַרלאָזן זײער שטעטעלע און פֿאָרן קײן ניו־יאָרק, כּדי פּיפּערנאָטער זאָל קענען ממשיך זײַן זײַן קאַריערע ווי אַן אַקטיאָר. דאָס יאָר איז 1916 און די באַרימטע אַקטריסע בעסי טאָמאַשעפֿסקי פֿירט אָן מיט איר אײגענער טעאַטער־טרופּע. זי האָט נאָר װאָס געהאַט אַרױסגעגעבן איר לעבנס געשיכטע.
בעסי מוז אָבער קאָנקורירן מיט איר אומגעטרײַען מאַן, דעם באַרימטן אַקטיאָר באָריס טאָמאַשעפֿסקי, וואָס האָט אויך אַ טעאַטער־טרופּע. באַשליסט זי צו געבן פּיפּערנאָטער אַ ראָלע אין אַ ייִדישער איבערזעצונג פֿון שייקספּירס פּיעסע „האַמלעט“, וווּ זי אַליין שפּילט די הויפּטראָלע.
דאָס וואָס טערנער שרײַבט און פֿירט אויף ליאַלקע־שפּילן ווי אַ טייל פֿונעם ייִדיש־קלאַס קאָן טאַקע דינען ווי אַ מוסטער פֿאַר לערער און סטודענטן פֿון ייִדיש־קורסן איבער דער וועלט. ערשטנס, העלפֿט עס פֿאַרבעסערן די שפּראַך־פֿעיִקייטן פֿונעם מחבר, די ליאַלקע־שפּילער און די צוקוקערס. צווייטנס, קען עס אַרײַנברענגען אַ היימישע, חבֿרישע שטימונג אינעם ייִדיש־קלאַס (רעד׳)
Hello, fellow Forward reader! I’m Joel Brown, a Forward reader and supporter for more than 15 years, and currently the chair of the board of directors.
I’m an avid Forward reader because it ticks so many of my essential boxes: excellent journalism, Jewish focus and diverse viewpoints. In today’s political climate, what I most appreciate is the Forward’s independence — made possible by the generosity of its membership.
The Forward is committed to bringing you unbiased, nuanced Jewish news. From my position as board chair, I see an exciting future as we expand our position as the definitive independent voice of contemporary American Judaism.
— Joel Brown, Forward board chair
