מער ווי 1,200 פֿאָרשער פֿאַרדאַמען ייִוואָס באַזײַטיקן די ביבליאָטעקאַרןMore than 1,200 researchers condemn YIVO librarian layoffs
די אַקאַדעמיקער און סטודענטן האָבן אונטערגעשריבן אַן אָפֿענעם בריוו, פֿאָדערנדיק אַז מע זאָל די פֿיר ביבליאָטעקאַרן אומקערן צו זייערע פּאָזיציעס.

Image by Getty Images
לייענט דעם אַרטיקל אויף ענגליש.
מער ווי 1,200 אַקאַדעמיקער, סטודענטן און געוועזענע אָנגעשטעלטע און וואָלונטירן בײַם ייִדישן וויסנשאַפֿטלעכן אינסטיטוט — ייִוואָ האָבן אונטערגעשריבן אַן אָפֿענעם בריוו וואָס בראַקירט דעם באַשלוס מצד דער אָרגאַניזאַציע אָפּצוזאָגן אַלע זײַנע ביבליאָטעקאַרן.
דער בריוו, אָנגעשריבן סײַ אויף ענגליש סײַ אויף ייִדיש, רופֿט אַז מע זאָל די פֿיר געוועזענע אָנגעשטעלטע תּיכּף אומקערן צו זייערע פּאָזיציעס. „צװישן די באַזײַטיקטע געפֿינען זיך טײל פֿון די סאַמע גרעסטע קענערס פֿון ייִדישן ביבליאָטעקערײַ. די אַבֿידה פֿון זײער װיסן און עקספּערטיז איז אין־לשער,‟ איז געשטאַנען אין בריוו.
ייִוואָ האָט די גרעסטע ביבליאָטעק פֿון מקורים פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער שפּראַך, קולטור און געשיכטע אין דער וועלט: מער ווי 400,000 ביכער, פֿאָרשאַרבעטן, צײַטונגען און זשורנאַלן. דער עקזעקוטיוו־דירעקטאָר דזשאָנאַטאָן ברענט האָט מאָנטיק געזאָגט דעם פֿאָרווערטס אַז מע האָט אָפּגעזאָגט די ביבליאָטעקאַרן כּדי צו דעקן אַ פֿינאַנציעלן בלויז פֿון 550,000$ און אַז די אַרכיוויסטן בײַם ייִוואָ, וואָס גיבן אַכטונג אויף אַ באַזונדערער זאַמלונג פֿון 23 מיליאָן איינסן, וועלן דאַרפֿן אָנפֿירן מיט ביידע אָפּטיילן ביז דער ייִוואָ קען זאַמלען גענוג געלט ווידער צונויפֿצושטעלן אַ ביבליאָטעק־פּערסאָנאַל.
אינעם בריוו שטייט אָבער אַז אַזאַ ענטפֿער טויג נישט. „אָן אַ באַזונדערן ביבליאָטעק־פּערסאָנאַל און דירעקטאָר קען די ייִוואָ־ביבליאָטעק נישט באַדינען די אַקאַדעמיקער ווי געהעריק אָדער זיך בכלל האַלטן פֿאַר אַ פֿירנדיקן אַקאַדעמישן אַנטשאַלט,‟ שטייט דאָרט געשריבן.
דער ייִוואָ און דער פֿאָרווערטס אַרבעטן שוין צענדליקער יאָרן אין איינעם. דער געוועזענער פֿאָרווערטס־פּרעזידענט, שמואל נאָריך, האָט אַ מאָל געדינט ווי דער עקזעקוטיוו־דירעקטאָר פֿון ייִוואָ; צוויי מיטלידער פֿון דער פֿאָרווערטס־פֿאַרוואַלטונג זענען אויך אַ טייל פֿון דער ייִוואָ־פֿאַרוואַלטונג און די צוויי אָרגאַניזאַציעס האָבן אַ סך פֿון די זעלבע שטיצער.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news. All donations are still being matched by the Forward Board - up to $100,000 until April 24.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.

