עטלעכע פֿון אונדזערע באַליבטסטע קאָראָנאַווירוס־וויצןSome of our favorite Jewish coronavirus memes
אָט זענען עטלעכע וויצן פֿון דער אינטערנעץ וואָס קענען אײַך העלפֿן לאַכן פֿון די צרות, צי איר קאַרענטירט זיך אַליין, צי נישט.

Graphic by Angelie Zaslavsky
צוליב דער פֿאַרשפּרייטונג פֿון דער קאַראָנאַווירוס־מגפֿה האָט מען שוין געשלאָסן אוניווערסיטעטן און ביוראָען, און ווי אַ פּועל־יוצא מוזן ס׳רובֿ מענטשן איצט אַרבעטן פֿון דער היים.
בײַ ייִדן איז די ווירקונג געווען אַ ספּעציעל שטאַרקע. פּורים האָט מען געפּראַוועט אָן דער געוויינטלעכער שׂימחה; רײַזע־פּלענער לכּבֿוד פּסח האָט מען געדאַרפֿט אַנולירן און דעם פֿאַרגאַנגענעם שבת זענען ס׳רובֿ שילן אין ניו־יאָרק און טיילן פֿון ניו־דזשערזי געבליבן פֿאַרמאַכט.
מיר, ייִדן, האָבן זיך אָבער תּמיד געגעבן אַן עצה בעת די שווערע צײַטן — דורך הומאָר. אָט זענען עטלעכע וויצן אויף דער אינטערנעץ וואָס קענען אײַך העלפֿן לאַכן פֿון די צרות, צי איר קאַרענטירט זיך אַליין, צי נישט.
As a public service during this pandemic, the Forward is providing free, unlimited access to all coronavirus articles. If you’d like to support our independent Jewish journalism, click here to make a donation.
געוויסע ייִדן קלערן, לכּבֿוד דעם פּסח־סדר פֿון 2020, צו ענדערן אויף דערווײַל איינע פֿון די באַקאַנטסטע טראַדיציעס אין דער הגדה:
קדש
ורחץ
קרפּס
ורחץ
יחץ
ורחץ
מגיד אאַז״וו…
־ דן מאָסקאָוויץ
־־־־־־־־־־־־־־־־־
אַ מאַסקע צו פֿאַרהיטן דעם ווירוס קען גלײַגכצײַטיק דינען אַ צווייטע פֿונקציע פֿאַר ייִדן, ווי מע קען זען פֿון דעם ווידעאָ אַרויסגעלאָזט פֿון דער מסורתי־שיל „בית שושנה‟ אין האָלאַנד:
Jewish innovation, amidst the breakout of the Corona Virus… pic.twitter.com/wSz2yrEs5i
— Yoni Michanie (@YoniMichanie) March 4, 2020
־־־־־־־־־־־־־־־־־־־
איר ווייסט וואָס ס׳וואָלט געדאַרפֿט זײַן דער פּאָפּולערסטער פּראָדוקט אין סופּערמאַרק?
מצה!
ערשטנס, ווערט זי נישט קאַליע; זי קען זיך האַלטן יאָרן לאַנג.
צווייטנס, זעטיקט זי דעם הונגער.
ואַחרון אַחרון חבֿיבֿ, ווי מיר ווייסן, שאַפֿט זי אָפֿט אַ האַרטן מאָגן, אַזוי אַז מע מע קען זיך באַגיין מיט ווייניקער אשר־יצר פּאַפּיר.
־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־
דער ישׂראלדיקער געזונט־מיניסטעריום רופֿט אַלע בירגער זיך נישט צו קושן, זיך נישט אַרומצונעמען און אויסצומײַדן אַלע אַנדערע פֿיזישע אויסדרוקן פֿון ליבשאַפֿט.
אַשכּנזים, איר קענט זיך פֿירן ווײַטער ווי געוויינטלעך.
־ אילון לוי
־־־־־־־־־־־־־־־־־־־ דער ישׂראלדיקער הויפּט־רבֿ האָט געעצהט אַז מע זאָל נישט קושן קיין מזוזות אָבער געוויסע ייִדן גיבן זיך שוין אַן עצה:
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news. All donations are still being matched by the Forward Board - up to $100,000 until April 24.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.

