Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

דער פֿאָרווערטס בעת אַ מגפֿה - און ווי צו שרײַבן וועגן דעם אויף ייִדישThe Forverts during COVID-19 – or how to say “social distancing” in Yiddish

מיר האָפֿן איבערצוגעבן חסידישע משפּחות די נייטיקע אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם קאָראָנאַ-ווירוס, אויף זייער אייגענער שפּראַך — ייִדיש.

במשך פֿון דער לעצטער וואָך האָט אַ צאָל פֿון אונדזערע לייענער און שטיצער זיך נאָכגעפֿרעגט, ווי אַזוי גיט זיך דער פֿאָרווערטס אַן עצה זינט דעם אויסברוך פֿונעם קאָראָנאַ-ווירוס?

איז מיר אײַנגעפֿאַלן, שוין בעסער צו ענטפֿערן אויף דער פֿראַגע בפֿרהסיא, כּדי אַלע זאָלן וויסן וואָס עס טוט זיך בײַ אונדז.

אַזוי ווי ס׳רובֿ אײַנוווינער אין דער ניו־יאָרקער געגנט, אַרבעט איצט דער גאַנצער פּערסאָנאַל, סײַ פֿונעם ייִדישן סײַ פֿונעם ענגלישן פֿאָרווערטס, פֿון דער היים. מיר זענען כּסדר אין קאָנטאַקט דורך בליצפּאָסט, טעקסט און טעלעפֿאָניש, און פֿירן אונדזערע זיצונגען דורך „זום‟ און „גוגל הענגאַוטס‟, ווײַל ס׳איז דאָך פֿאָרט בעסער אַז מע קען זען די פּנימער פֿון די אַנדערע באַטייליקטע. איך אַליין גיי אַרויס בלויז אײַנצוקויפֿן נייטיקע פּראָדוקטן פֿון קראָם אָדער אויף אַ קורצן שפּאַציר, ווײַט פֿון אַנדערע פֿאַרבײַגייער.

זינט דער קאָראָנאַווירוס האָט זיך אָנגעהויבן פֿאַרשפּרייטן האָט דער פֿאָרווערטס גלײַך פֿאַרשטאַנען אַז אונדזער וויכטיקסטע אַחריות דאַרף זײַן צו אינפֿאָרמירן דעם ייִדיש־רעדנדיקן עולם מיט דער ריכטיקער אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם ווירוס; ובפֿרט פּרוּוון דערגרייכן יענע משפּחות און יחידים אין די חסידישע קרײַזן, וואָס פֿאַרשטייען און לייענען ייִדיש בעסער ווי ענגליש און האָבן אָפֿט נישט קיין צוטריט צו נייטיקער אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם קאָראָנאַ-ווירוס. מיר מוזן דאָס טאָן ווײַל אויב נישט קען די מגפֿה גורם זײַן געפֿערלעכע רעזולטאַטן פֿאַר אונדז אַלעמען.

וויסנדיק אַז אַ סך חסידים ניצן נישט די אינטערנעץ, אָבער ניצן יאָ „וואַטסאַפּ‟, האָט דער פֿאָרווערטס אָנגעהויבן מיטאַרבעטן מיט דער ייִדישער טעלעגראַפֿישער אַגענטור אַרויסצושיקן אונדזערע ייִדיש־שפּראַכיקע אַרטיקלען, ראַדיאָ־באַריכטן און ווידעאָס פֿאַרבונדן מיט דער מגפֿה. הײַנט, ערבֿ־שבת, למשל, האָבן מיר אַרויפֿגעשטעלט צוויי זאַכן: אַ ווידעאָ פֿון אַ דרשה געהאַלטן פֿון אַן אָנגעזעענענעם רבֿ אין אַנטווערפּן, הרבֿ אַהרן שיף, וואָס עצהט ייִדן ווי זיך צו פֿירן אין די צײַטן פֿון אַ מגפֿה און אַ באַריכט פֿון קראַון־הײַטס וועגן אַ חתונה וואָס האָט דערמעגלעכט ייִדן, פֿאַרשפּאַרטע אין שטוב, צו קענען משׂמח זײַן חתן־כּלה.


As a public service during this pandemic, the Forward is providing free, unlimited access to all coronavirus articles. If you’d like to support our independent Jewish journalism, click here to make a donation.


צווישן די אַנדערע אַרטיקלען און ווידעאָס וואָס מיר האָבן די וואָך פֿאַרשפּרייט:

מיר לאָזן אויך וויסן אונדזערע לייענער וועגן פֿאַרשידענע ייִדישע אונטערנעמונגען וואָס קומען איצט פֿאָר אָנלײַן, פֿאַר אַלע וואָס זענען פֿאַרשפּאַרט אין שטוב און ווילן הערן א ייִדיש וואָרט. דאָס נעמט אַרײַן נישט בלויז קאָנצערטן און לעקציעס, נאָר אַפֿילו שמועסן אויף ייִדיש וווּ מע קען זיך אַליין באַטייליקן.

אַני הקטנה האָב אויך אָנטייל גענומען אין אַ ספּעציעלן פּאַנעל אויף דער באָסטאָנער ראַדיאָ־פּראָגראַם, „דאָס ייִדישע קול‟ געווידמעט דעם קאָראָנאַ-ווירוס, צוזאַמען מיט ד״ר שלום בערגער און דעם היסטאָריקער און לעקסיקאָגראַף, שלום ביינפֿעלד.

אַוודאי, אַז מע רעדט און שרײַבט כּסדר וועגן דעם קאָראָנאַווירוס קומען אונטער דיסקוסיעס, ווי אַזוי זאָל מען זאָגן אויף ייִדיש די טערמינען פֿאַרבונדן דערמיט, ווי למשל social distancing. ד״ר עדי פּאָרטנוי, דער אויסשטעלונג־קוראַטאָר אין ייִוואָ, האָט, האַלב־וויצלענדיק, פֿאָרגעלייגט „שומר נגיעה‟, וואָס באַטײַט דעם איסור פֿון אָנרירן אַ מענטשן פֿונעם צווייטן מין. איך האָב הנאה געהאַט פֿון פּאָרטנויס פֿאָרלייג אָבער, ווי עס דערקלערט דער לינגוויסט דוד בראַון, געפֿינט זיך די פֿראַזע „שומר נגיעה‟ אין ערגעץ נישט אין דער תּורה אָדער אין דער ייִדישער ליטעראַטור (נישט בײַ חיים גראַדען, נישט בײַ באַשעוויסן) ווײַל ס׳איז אין תּוך פּשוט אַ נעאָלאָגיזם, מסתּמא געשאַפֿן פֿון אַמעריקאַנער יונגע בעלי־תּשובֿה. דערפֿאַר איז אַפֿילו נישט קלאָר ווי אַזוי מע וואָלט גראַמאַטיש געניצט אַזאַ פֿראַזע אויף ייִדיש.

נו, איז ווי זשע זעצט מען טאַקע איבער social distancing? דער לינגוויסט און לעקסיקאָגראַף ד״ר יצחק ניבאָרסקי לייגט פֿאָר „בלײַבן אָפּגערוקט פֿון אַנאַנד‟; דוד בראַון עצהט „אָפּשטיין איינער פֿונעם אַנדערן‟. לויט דער רובריק „ווערטער פֿון דער וואָך‟, אַרויסגעגעבן דורך דער ייִדיש־ליגע, גיט מען עטלעכע אַנדערע ברירות: „מע דאַרף זיך האַלטן פֿון דער ווײַטנס‟; „זיך אָפּהאַלטן פֿון אַנדערע‟ אָדער „זיך דערווײַטערן פֿון אַנדערע‟. בכלל מעגט איר וויסן אַז די ייִדיש־ליגע האָט שוין אַרויסגעלאָזט אַ גאַנצע רשימה ווערטער און אויסדרוקן פֿאַרבונדן מיטן קאָראָנאַווירוס וואָס ס׳איז כּדאַי צו האַלטן בײַ דער האַנט.

אלי ראָזען, דער פֿאַרוואַלטער פֿון „ניו ייִדיש רעפּ‟, לייגט פֿאָר „שומר־הרחקות‟ אָדער „האַלטן/היטן הרחקות‟, זאָגנדיק: „דאָס איז אַן אַלטער הלכהשער מושׂג פֿון הלכות נדה װאָס איז שײַך מאַן־און־װײַב נישט קומען אין פֿיזישן קאָנטאַקט בשעת זי איז אין די רײנע טעג. ס’איז ממש צוגעפּאַסט צום ענין און אַ סך מער ייִדישלעך און באַטעמט.‟

אויב איר אַליין געפֿינט עפּעס אויף ייִדיש פֿאַרבונדן מיטן קאָראָנאַ-ווירוס וואָס איר האַלט וואָלטן געקענט פֿאַראינטערעסירן אונדזערע עולם, איז אַדרבא, לאָזט אונדז וויסן דורך בליצפּאָסט אויף דעם אַדרעס: schaechter@forward.com. דאָס זענען אָנגעשטרענגטע צײַטן פֿאַר אונדז אַלעמען און ס׳איז וויכטיק צו בלײַבן אין פֿאַרבינדונג, אַפֿילו אויב בלויז דורך דער אינטערנעץ. מיר ייִדן האָבן שוין אָבער איבערגעלעבט אַ סך מגפֿות און וועלן דאָס אויך, ים־ירצה־השם, איבערלעבן. בלײַבט מיר אַלע געזונט און שטאַרק און לאָמיר הערן נאָר גוטע בשׂורות.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

Republish This Story

Please read before republishing

We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

We don't support Internet Explorer

Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

Exit mobile version