דער סאַטמערער רבי ווערט דיאַגנאָזירט מיטן קאָראָנאַ־ווירוסThe Satmar Rebbe tests positive for the coronavirus
איינער פֿון ר׳ אהרון טייטלבוימס גבאים איז קראַנק געוואָרן מיט צען טעג פֿריִער.

Rabbi Aaron Teitelbaum, center, the head of the Satmar Orthodox group, arrives at Ben-Gurion international airport, 15 August 2007. Image by SHOOKI LERER/AFP/Getty Images
(דער ארטיקל איז איבערגעזעצט געווארן דורך מרת ש. ב. וואלטער)
רבי אהרן טייטלבוים, איינער פון די גרויסע אנפירער פונם גרויסן מוסד סאטמר, איז דיאגנאזירט געווארן מיט די קאראנע וויראס נאכן זיין אפגעזינדערט פון יעדן איינעם פאר א וואך צייט.
עזרא פרידלענדער, א פאליטישער קאנסולטאנט וואס איז נאנט מיט די סאטמר’ע קהילה, האט פאראכטאגן דאנערשטאג פארציילט פאר די פארווערטס צייטונג אז מען האט נישט געזען רבי’ אהרן אינדרויסן זייט א פרייטאג פארדעם, ווען איינער פון זיינע גבאים איז קראנק געווארן.
רבי’ אהרן, 72 יאר אלט, איז דער רוחניותדיגע פירער פון איינע פון די צוויי טיילן פון סאטמר מוסדות. ער פירט די סאטמר קהילה אין קרית יואל, בשעת זיין ברודער רבי’ זלמן לייב פירט די סאטמר קהילה אין וויליאמסבורג. ביידע ברידער האבן מיטוואך פארמאכט זייער שולן, ישיבות, און אנדערע אינסטיטוציעס אזוי ווי די קאראנע וויראס האט זיך אנגעהויבן דרייען צווישן זייערע קהילות.
קרית יואל, א שטעטל בערך א שעה אוועק פון שטאט, האט א קהילה מיט איבער 26,000 מענטשן קע”ה, כמעט אלע פון זיי אידן. אזוי ווי קרית יואל איז איינע פון די ארימסטע, העכסט געדעכטע וואוין ערטער אינם לאנד, ברענגט צו זארגן אז די מחלה וועט זיך גרינגער פארשפרייטן דארט, ספעציעל ווען רבי’ אהרן און אויך אנדערע חסידישע רבנים האבן גענומען א לענגערע צייט ווי די נישט־חסידישע פירער צו שליסן די מוסדות.
„זיי האבן נישט פארמאכט זייער שולן און ישיבות ביז בערך מיט א טאג צוריק,‟ האט סטיווען נייהויז, אן עקזעקיאטיוו פון אראנדזש קאנטי, וואס רעכנט אריין קרית יואל, פרייטאג געזאגט פֿאר „איי־בי־סי 7‟. „צוליב דעם וועט מסתמא נאך מער שטייגן די צאל פון קעיסעס וואס מיר האבן דא.‟
„זיי פארשטייען נישט וואס דאס הייסט א אידישע משפחה,‟ האט רבי’ אהרן געזאגט אין א דרשה, קריטיקירנדיג די פאקט אז אזא סאך קינדער וועלן זיין פארשפארט אינדערהיים אויב די מוסדות ווערן פארמאכט. „עס איז ענג אינדערהיים, עס איז כמעט נישט דא קיין פלאץ, מען לייגט בעטן ווי עס איז דא פלאץ, די קינדער האבן נישט פון די גוי’שע ענטערטעינמענט, און אויב די קינדער ווערן אהיימגעשיקט און עס איז נישט דא קיין פלאץ אינדערהיים וועלן זיי זיך ארומדרייען אין די גאסן, און מען וועט זיך צאמנעמען סיי ווי סיי, איז ממילא האט מען גארנישט אויפגעטון.‟
אבער דאס האט זיך געטוישט נאך דעם ווי רבי’ אהרן האט זיך באטייליגט אין א קאנפערענס קאל מיטן ווייסן הויז דינסטאג, ספעציעל פאר חסידישע רבי’ס. די באפעל אנצופאנגען שטיין ווייט איינער פונם צווייטן איז ארויס איין טאג שפעטער.
לויט די ניו יארק סטעיט רעגירונג, זענען 163 קעיסעס געווארן געטעסטעט פאזיטיוו אין אראנדזש קאנטי זייט שבת.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
