דאָס העלפֿן קאָראָנאַ־פּאַציענטן איז אַ ברכה, לכל־הפּחות פֿאַר מירHelping coronavirus patients is a blessing – at least for me
בײַ אַ סך פֿון די פּאַציענטן וואָס ד״ר בערגער זעט אין שפּיטאָל ליגט זייערער אַ קרובֿ אין אַ צווייטן אָפּטייל צוליב דער זעלבער מחלה.

Image by Getty Images
צו לייענען די אַנדערע זײַטן פֿון ד׳׳ר בערגערס טאָגבוך קוועטשט דאָ.
אין שפּיטאָל װאַרפֿט זיך אין די אױגן די צאָל משפּחות װאָס װערן באַרירט פֿונעם שװאַרצן פֿליגל פֿון קאָראָנאַ. דאָ מיין איך טאַקע גאַנצע משפּחות: אַ פֿרױ ליגט אין בעט און אין אַ צװײטן אָפּטײל ליגט איר זון אין דער אינטענסיווקע. אַ פֿרױ װערט אויסגעשריבן פֿון שפּיטאָל בשעת איר ברודער גוססט. מע קען עס נישט אױסמײַדן. ס׳איז אַזאַ קאָלאָניע פֿון די קראַנקע, װאָס קערן זיך אָן אײנער מיטן צװײטן. אין ניו־יאָרק זײַנען אַ סך אַזעלכע משפּחות פֿרומע ייִדן. נאָר סײַ דאָרט, סײַ דאָ אין באַלטימאָר, זײַנען אַ סך פֿון די קראַנקע משפּחות אימיגראַנטן, װאָס האָבן נישט קײן ברירה װוּ צו װױנען און מוזן אָפֿט וווינען זאַלבע־זעקס אָדער זאַלבע־אַכט אין אַ צעפֿאַלענער דירה.
דאָס קענען צולײגן אַ האַנט אין שפּיטאָל איז אַ ברכה, לכל־הפּחות פֿאַר מיר. איך אַרבעט אין געװײנטלעכן שפּיטאָל־אָפּטײל, מיט פּאַציענטן װאָס האָבן קאָראָנאַ אָדער אַנדערע קראַנקײטן. ס׳איז זיכער נישט אַזױ שװער װי אינעם פּיקוח־נפֿש־אָפּטייל אָדער אין דער אינטענסיװקע. דאָס אַדורכפֿירן אַן אַרבעט פֿאַר פּאַציענטן אין אַ פֿיזישן לאָקאַל, װעלכע אַרבעט עס זאָל נישט זײַן, איז ממש אַ דערקװיקעניש.
די נאָרמאַלע ריטמען פֿון אַ שפּיטאָל זײַנען שײך אַפֿילו בימי קאָראָנאַ: די נאַרישע װיצן מיט קראַנקן־שװעסטערס, די באַגריסונגען מיט די האָרעפּאַשנע געזונט־אַרבעטערס װאָס מע זעט אין די קאָרידאָרן. לאַנגװײַליקע שעהען מיט הפֿסקות פֿון קאָנטראָלירטער שפּאַנונג.
אפֿשר איז מיר געװען גוט אױפֿן האַרצן, אַפֿילו אַרומגערינגלט מיט אָנגעצױגענע געמיטן און פֿאַרצװײפֿלטע געטראָפֿענע פֿונעם װירוס, װײַל איך האָב געהאַט אַ קלאָרן ציל, איך האָב געװוּסט װוּ איך פּאַס זיך אַרײַן און מיט װעלכע מאָסן איך װער געװױגן.
צװישן די פּאַציענטן װאָס איך האָב הײַנט באַהאַנדלט איז געװען אַ פֿרױ וואָס מע האָט ערשט אַרױסגעלאָזט פֿון אינטענסיװן אָפּטײל. מע האָט איר אַרױסגענומען דאָס אָטעם־טרײַבל פֿון האַלדז.
„אַ דאַנק,“ האָט זי געשעפּטשעט מיט אַ הייזעריק קול.
„זײער אײַנגענעם,“ האָב איך איר געענטפֿערט.