ישׂראל לאַנצירט דעם צווייטן יערלעכן ייִדישן שרײַבער־קאָנקורסIsrael launches second annual Yiddish short story contest
די דרײַ דערציילונגען וואָס ווערן אויסגעקליבן דורכן זשורי וועלן אָפּגעדרוקט ווערן אינעם פֿאָרווערטס.

Graphic by Angelie Zaslavsky
אַזוי ווי פֿאַראַיאָרן, האָט דער „ישׂראלדיקער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור“ אײַגעאָרדנט אַ שרײַבער־קאָנקורס פֿון דערציילונגען אויף ייִדיש. די דרײַ אויסגעקליבענע דערציילונגען וועלן געדרוקט ווערן אינעם פֿאָרווערטס, וואָס איז אַ שותּף אינעם קאָנקורס.
שרײַבער וואָס וווינען אין ישׂראל און/אָדער זענען ישׂראלדיקע בירגער און האָבן נאָך ניט פּובליקירט מער ווי איין בוך אויף ייִדיש, ווערן געמוטיקט איבערצושיקן דעם „אינסטאַנץ” אַ קורצע דערציילונג (מאַקסימיום: 3,000 ווערטער). דער מחבר פֿון דער דערציילונג וואָס געווינט אויפֿן ערשטן אָרט וועט וועט באַקומען 3,000 שקלים , דער מחבר אויפֿן צוייטן אָרט וועט באַקומען 1,500 שקלים און דער מחבר אויפֿן דריטן אָרט וועט באַקומען 1,000 שקלים (דריטע אָרט). מע קען אַרײַנשיקן די דערציילונגען ביז דעם 30סטן יולי.
פֿאַראַיאָרן זענען די דרײַ געווינער אַלע געווען יונגע שרײַבער: עטל ניבאָרסקי, 17, אויפֿן ערשטן אָרט פֿאַר איר דערציילונג „בריוו צו אַ בלינדן זיידן“, שירי שפּירא, 31, אויפֿן צווייטן אָרט פֿאַר איר דערציילונג „דרײַ אַלמנות“ און רפֿאל האַלף, 25 אויפֿן דריטן אָרט פֿאַר זײַן דערציילונג „אַ בריוו דער פּאָסט“.
נאָך אינפֿאָרמאַציע, שרײַבט [email protected].
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
