זינגערס מענדי כּהנא און עפֿים טשאָרני וועלן אויפֿטרעטן אויף דער אָנלײַן־פּראָגראַם, „סטעפּ פֿאָרווערטס“Singers Mendy Cahan and Efim Chorney to perform in online program, “Step Forverts”
פֿריִערדיקע קאַפּיטלען פֿון דער מוזיק־סעריע האָבן געבראַכט זינגער פֿון 12 לענדער, אַרײַנגערעכנט לעטלאַנד און אוזבעקיסטאַן.

Image by Getty Images
זינט ס’האָט אויסגעבראָכן דער קאָראָנאַ־ווירוס־קריזיס, פֿירט די ייִדישע זינגערין פּאָלינאַ שעפּהערד אָן מיט אַן אַמביציעזער אינטערנאַציאָנאַלער פּראָגראַם, וווּ זי אינטערוויויִרט ייִדישע זינגער פֿון איבער דער וועלט וועגן זייער צוגאַנג צום ייִדישן ליד.
זי פֿירט די אינטערוויוען סײַ אויף ענגליש, סײַ אויף רוסיש און זעצט זיי גלײַכצײַטיק איבער פֿון איין שפּראַך אויף דער צווייטער. די לידער זינגט מען, פֿאַרשטייט זיך, אויף ייִדיש. די פּראָגראַם, Step Forverts (אַ טראָט פֿאָרויס) וואָס ווערט טראַנסמיטירט דורך פֿייסבוק יעדן מיטוואָך און זונטיק, 12 אַ זייגער ניו־יאָרקער צײַט, האָט זיך אָנגעהויבן אויף אַ באַשיידענעם פֿאַרנעם אָבער איז געוואָרן אַ שטיקל אינטערנאַציאָנאַלער פֿענאָמען אויף דער ייִדישער גאַס. עס האָבן שוין אָנטייל גענומען מער ווי 40 זינגער פֿון אַמעריקע, רוסלאַנד, קאַנאַדע, פֿראַנקרײַך, בראַזיל, ישׂראל, מאָלדאַווע, ענגלאַנד, האָלאַנד, לעטלאַנד, אוקראַיִנע און אוזבעקיסטאַן. ביז אַהער האָט מען געמאַכט נײַן קאַפּיטלען פֿון דער סעריע.
מיטוואָך, דעם 24סטן יוני, וועלן צוויי פֿאָרשטייער פֿונעם מאָנטרעאָלער ייִדישן טעאַטער אויפֿן נאָמען פֿון דאָרע וואַסערמאַן, אַהרן גאָנשאָר און בראָנע לעווי, רעדן וועגן זייער אַרבעט און אויפֿפֿירן אַ קראַנץ לידער. צוזאַמען מיט זיי וועלן אויפֿטרעטן דער זינגער און אַקטיאָר מענדי כּנהא (ישׂראל) און דער זינגער עפֿים טשאָרני (מאָלדאַווע).
די פּראָגראַם וועט מען קענען זען דאָ.
Why I became the Forward’s Editor-in-Chief
You are surely a friend of the Forward if you’re reading this. And so it’s with excitement and awe — of all that the Forward is, was, and will be — that I introduce myself to you as the Forward’s newest editor-in-chief.
And what a time to step into the leadership of this storied Jewish institution! For 129 years, the Forward has shaped and told the American Jewish story. I’m stepping in at an intense time for Jews the world over. We urgently need the Forward’s courageous, unflinching journalism — not only as a source of reliable information, but to provide inspiration, healing and hope.
