Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

דאָס ישׂראלדיקע געוויקס מיט אַ ריח זיס ווי גן־עדן The Israeli plant with a heavenly sweet fragrance

די אזדרכת, אויף ייִדיש  — מעליע, ציט צו כּלערליי מינים פֿייגל, וואָס עסן אירע פֿרוכטן

יאָרן לאַנג האָב איך דאָ אין ישׂראל געהערט רעדן וועגן די וווּנדער פֿון בעז. די וואָס זײַנען געקומען אַהער פֿון מזרח-אייראָפּע האָבן דערציילט וועגן אַ לעגענדאַרן לילאַ-בוים, וואָס גיט אַ ריח גן-עדן אינעם וווּנדער-שיינעם מאָנאַט מײַ. לעגענדאַר – ווײַל אין ישׂראל, צום באַוידערן, וואַקסט נישט קיין שום בעז. עס איז געוואָרן אַ מין פֿויגלמילך, אַ סימבאָל פֿונעם פֿאַרלוירענעם עבֿר פֿון יענע לענדער. אָט למשל, האָט דער כּסדר-בענקענדיקער פּאָעט בינעם העלער געשריבן אין אַ ליד אין 1966, ווען ער האָט שוין געוווינט אין תּל-אָבֿיבֿ:

די בײמער בליִען בלאָ בײַ מיר אין גאָרטן.
די בײמער בליִען בלאָ, און איך פֿאַרגעס,
אַז ערגעץ אין דער קינדהײט, ערגעץ דאָרטן,
האָט בלאָ אַזױ געבליט דער בעז.
די בײמער בליִען בלאָ. װי הײסן אָט די בײמער?
װאָס אַרט עס מיך? אַבי זײ בליִען בלאָ.
און אױף דער פֿרילינג־שפּראַך, אױף דער געהײמער,
איז בלאָ – די פֿרײד, װאָס איז נישטאָ.
די בײמער בליִען בלאָ, און איך װיל מער נישט װיסן
די שײַכות צװישן זײ און בלאָען בעז –
כאָטש בײדע בליִען בלאָ אַזױ פֿאַרביסן,
און בײדנס בליִונג איז אַ נס

פֿונעם בוך „דור און דויער“.

כאָטש דער בעז אַליין וואַקסט טאַקע נישט דאָ, איז זײַן נאָמען גאָר באַקאַנט, און אויף עבֿרית פֿאַרמאָגט ער גאָר אַ שיינעם נאָמען: לילך. זײַט מיר מוחל, אָבער איך מיין אַפֿילו אַז “לילך” (וואָס קומט פֿון לילאַ) איז נאָך שענער ווי „בעז“, און עס פֿאַרמאָגט אין זיך צוויי ווערטער: “לי” און “לך” („פֿאַר מיר“ און „פֿאַר דיר“). לכּבֿוד דעם לילך האָט מען געשריבן לידער אויך אויף עבֿרית. אָט למשל דאָס ליבע-ליד „פּרח הלילך“ (די בלום פֿונעם בעז): אורי אסף האָט עס געשריבן, און נורית הירש האָט צוגעפּאַסט איינע פֿון די שענסטע מעלאָדיעס. (אַגבֿ, נורית הירש האָט קאָמפּאָנירט הונדערטער העברעיִשע לידער, און אויך עטלעכע אויף ייִדיש, אַזוי ווי איציק מאַנגערס „מיט פֿאַרמאַכטע אויגן“. אויב ס’איז נישט גענוג, האָט חוה אלבערשטיין געזונגען דאָס ליד, און דאָ זעץ איך איבער דעם רעפֿרען:

מען ליבט זיך שטיל און נישט גראַנדיעז,
מיר ריידן נישט אַזוי ווי מענטשן
וואָס וועלן סײַ ווי סײַ גאָר נישט פֿאַרשטיין
ווי שיין און פֿײַן עס בליט נאָך אַלץ די בעז.

https://www.youtube.com/watch?v=GEBMh5Kmyvw&list=RDGEBMh5Kmyvw&start_radio=1

אָבער כאָטש דער בעז וואַקסט נישט אין ישׂראל בליִען דאָ יעדן פֿרילינג, סוף אַפּריל־אָנהייב מײַ, די שיינע קליינע לילאַ-בלויע בלומען פֿון אזדרכת (איזדאַרעכעט), אויף ייִדיש  — מעליע. אמת, איר נאָמען קלינגט נישט אַזוי שיין ווי „לילך“ ; עס זײַנען דאָ אַ סך פֿרויען און מיידעלעך וואָס הייסן „לילך“ און קיינער הייסט נישט אזדרכת. פֿון דעסט וועגן, דערמאָנט איר ריח דעם ריח פֿונעם בעז, און עס טראָגט זיך אין דער לופֿטן ווי אַ זיסן פּאַרפֿום. עס איז גאָר מעגלעך אַז אָט דעם בוים וואָס בינעם העלער האָט באַשריבן איז די אזדרכת, וואָס וואַקט אויך אַנטקעגן מײַן פֿענצטער.

ווי דער בעז געהערט צו די צפֿונדיקע לענדער, אַזוי איז אזדרכת אַ טראָפּישער-סובטראָפּישער בוים. איר וויסנשאַפֿטלעכער נאָמען איז Melia azedarach. „מעליאַ“ באַטײַטהאָניק, אָט דער ריח פֿון אירע בלומען, און azedarach איז אַ פּערסיש-אַראַבישער טערמין. אין צאַנינס ווערטערבוך הייסט עס דווקא אויף ייִדיש: „כינעזישע לילאַ“. סײַ ווי סײַ, האָבן די ביימער עולה געווען אין ארץ-ישׂראל שוין אינעם 16טן יאָרהונדערט, און געהערן צו די „ותיקים“, ד”ה זיי זײַנען מיט דער צײַט געוואָרן אַ טייל פֿונעם ארץ-ישׂראלדיקן פּייזאַזש.

די אזדרכת קאָן מען נישט איגנאָרירן, בפֿרט איצט, ווען ס׳איז באַדעקט מיט בלומען. דערנאָך וואַקסן די אזדרכת-פֿרוכטן: קליינע רונדיקע געלבע פּירות, וואָס זײַנען גיפֿטיק צום עסן אָבער די קינדער האָבן סײַ־ווי ליב זיי צו וואַרפֿן ווי קליינע באַלן. סוף זומער שטייט די אזדרכת אין שלכת, עס הייבן אָן צו פֿאַלן די בלעטער. אַ פּאָר חדשים ווינטערצײַט שטייט די אזדרכת גאָר נאַקעט, און דאַן, פּלוצעם, צעבליִען זיך די בלעטער און די בלומען.

אָבער אַפֿילו אין די ווינטער־חדשים בלײַבט נישט די אזדרכת אַליין: זי ציט צו זיך כּלערליי פֿייגל, וואָס עסן אירע פֿרוכטן. איינע פֿון די פֿייגל איז די דוכיפת (Hoopoe), וואָס צוליב איר פּרעכטיקער קרוין האָט זי אַ ייִדישן ייחוס: ווען דער פּאָעט חיים־נחמן ביאַליק האָט איבערגעזעצט זײַנע לידער אויף עבֿרית האָט ער די פֿראַזע „גאָלדענע פּאַווע“ איבערגעזעצט ווי „דוכיפת הזהב“, כאָטש דאָס וואָרט פֿאַר פּאַווע איז „טווס“. ווי די אזדרכת, איז די דוכיפת אייגנטלעך נישט קיין סאַברע, אָבער אויך זי איז שוין אַ ותיקה און ווערט אַפֿילו באַצייכנט ווי דער נאַציאָנאַלער פֿויגל.

די אזדרכת ציט אויך צו צוויי אַנדערע פֿייגל, וואָס געהערן צו די „אַרײַנדרינגענדיקע מינים“. די ערשטע איז די דררה, אַ מין גרינער פּאַפּוגײַ, וואָס פֿרעסט די פֿרוכטן פֿון אזדרכת מיט גרויס חשק און רעש – זי פּלאַפּלט אָן אַן אויפֿהער און מאַכט אַ גראַטשקע. כאָטש די דררה איז אַ שעדיקער, איז זי גאָר שיין און אַ ביסל קאָמיש דערצו — קאָקעטיש און „פֿאַרפּוצט“. דער צווייטער פֿויגל איז די מײַנע , אַ קליינער שוואַרצער פֿויגל מיט אַ געלבן שנאָבל, וואָס איז זייער קלוג, און קאָן נאָכמאַכן פֿאַרשיידענע שטימען פֿון פֿייגעלעך. די צרה איז אַז די מײַנע האָט נישט ליב קיין קאָנקורענץ, טרײַבט זי אַוועק די אַנדערע פֿייגל, און בפֿרט די אָרטיקע, וואס האָבן נעבעך ווייניק שׂכל און כּוח.

אַלע ישׂראלים זײַנען אויפֿגעבראַכט וועגן די מײַנעס, אָבער בײַ מיר דערוועקט זייער נאָמען אַ שמייכל, ווײַל עס דערמאָנט מיר אָן דעם וויץ מיט אַ פּוילישן ייִד וואָס זיצט אין אַ ווינער קאַפֿע. דער ייִד בעט דעם קעלנער אים געבן דאָס זעלבע וואָס זײַן שכן טרינקט, און דער קעלנער ענטפֿערט: “דאַס איזט זאַהנע!” (Sahne, דאָס דײַטשע וואָרט אויף שמאַנט). זאָגט דער ייִד (מיט זײַן פּוילישן אויסרייד): “דוס איז זאַאַנע, אָבער ווי איז מאַאַנע?”

ווי געזאָגט, אין די לאַנגע זומער חודשים ווערט די אזדרכת, צוליב אירע געלבע פֿרוכטן, אַ באַליבטע סבֿיבֿה פֿון די פֿאַרשיידענע פֿייגל. אַמאָל פּראָבירן זיי לעבן בשלום איינער מיטן אַנדערן, ווײַל עס זײַנען דאָך פֿאַראַן געונג פּירות פֿאַר אַלעמען. אָבער פֿון צײַט צו צײַט ווערט אַזאַ געשריי בײַם בוים, אַז עס גלוסט זיך פּשוט צו פֿאַרמאַכן דאָס פֿענצטער — כאָטש ס׳איז אַ שאָד צו פֿאַרפֿעלן דעם ריח גן־עדן!

It’s our birthday and we’re still celebrating!

This week we celebrate 129 years of the Forward. We’re proud of our origins as a Yiddish print publication serving Jewish immigrants. And we’re just as proud of what we’ve become today: A trusted source of Jewish news and opinion, available digitally to anyone in the world without paywalls or subscriptions. 

We’ve helped five generations of American Jews make sense of the news and the world around them — and we aren’t slowing down any time soon.

As a nonprofit newsroom, reader donations make it possible for us to do this work. Support independent, agenda-free Jewish journalism and our board will match your gift in honor of our birthday! 

Support our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Republish This Story

Please read before republishing

We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines.
You must comply with the following:

  • Credit the Forward
  • Retain our pixel
  • Preserve our canonical link in Google search
  • Add a noindex tag in Google search

See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

We don't support Internet Explorer

Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.