רעדט מיט דניאל קאַהן אויף ייִדיש אָנלײַןTalk to Daniel Kahn in Yiddish online
דער אַרבעטער־רינג אָרגאַניזירט אַ פּראָגראַם מיטן באַרימטן זינגער און לידער־שרײַבער, וואָס וועט רעדט רעדן וועגן זײַן וועג צו ייִדיש.

Graphic by Angelie Zaslavsky
ווי אַ טייל פֿון זײַן סעריע אינטערנעץ־טרעפֿונגען מיט באַרימטע פּערזענלעכקייטן אויף דער ייִדישער גאַס, אָרגאַניזירט דער אַרבעטער־רינג אַ שמועס־פּראָגראַם אויף ייִדיש מיט דניאל קאַהן. די אָנטיילנעמער וועלן האָבן אַ געלעגנהייט צו שטעלן קאַהן פֿאַרשידענע פֿראַגעס ווי, למשל, ווי אַזוי ער האָט זיך פֿאַראינטערעסירט אין ייִדיש, וואָס אינספּירירט זײַנע לידער און וועגן דער באַציִונג צווישן זײַן מוזיק און זײַנע פּאָליטישע דעות.
בײַ דער געלעגנהייט וועט קאַהן זינגען אַ טייל פֿון זײַנע באַליבטסטע לידער. קאַהן, וואָס וועט רעדן פֿון זײַן שטוב אין בערלין, וועט אויפֿטרעטן צוזאַמען מיט זײַן פֿרוי, די אַקטריסע עוואַ לאַפּסקער.
די פּראָגראַם וועט פֿאָרקומען זונטיק, דעם 15טן נאָוועמבער, 2:00 נאָך מיטאָג ניו־יאָרקער צײַט. דער אײַנטריט איז בחינם, נאָר מע בעט אַ בײַשטײַער פֿון $18.
נאָך אינפֿאָרמאַציע, גיט אַ קוועטש דאָ.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
