מײַק בורשטיין און אינטערנאַציאָנאַלער אַנסאַמבל וועלן פֿאָרשטעלן „דער דיבוק“ אויף ייִדיש אָנלײַןMike Burstyn and international group of actors will perform “The Dybbuk” in Yiddish online
אין דער אינסצענירונג וועלן אויך אויפֿטרעטן מענדי כּהנא, רפֿאל גאָלדוואַסער, דניאל קאַהן, מײַקל וועקס און יעלענאַ שמואלענסאָן.

Graphic by Angelie Zaslavsky
אין דעצעמבער פֿאַלט אויס 100 יאָר זינט די „ווילנער טרופּע“ איז צום ערשטן מאָל אויפֿגעטראָטן מיט איר לעגענדאַרער אינסצענירונג פֿון ש. אַנ־סקיס „דער דיבוק“. כּדי צו פֿײַערן דעם יובֿל, אָרגאַניזירט דער „ייִדישער קולטור־קאָנגרעס“ אַן אָנלײַן־אויפֿפֿירונג פֿון דער פּיעסע אויף ייִדיש מיט אַן אַנסאַמבל אַקטיאָרן פֿון פֿינף לענדער.
אין דער אָנלײַן־פֿאָרשטעלונג, וואָס וועט פֿאָרקומען מאָנטיק, דעם 14טן דעצעמבער, וועלן שפּילן די אַקטיאָרן מײַק בורשטיין (לאָס־אַנדזשעלעס), מענדי כּהנא (תּל־אָבֿיבֿ), רפֿאל גאָלדוואַסער (בוענאָס־אײַרעס), אמיתי קדר (תּל־אָבֿיבֿ), יעלענאַ שמואלענסאָן (ניו־יאָרק), סוזאַן טאָרען (ניו־יאָרק), דניאל קאַהן (בערלין) און מײַקל וועקס (טאָראָנטאָ) אונטערן רעזשי פֿון אַלען לויִס ריקמאַן. מע וועט אָנהייבן טראַנסמיטירן די פּראָגראַם 7:00 ניו־יאָרקער צײַט. נאָך אינפֿאָרמאַציע, גיט אַ קוועטש דאָ.
מיט אַ וואָך פֿריִער — מיטוואָך, דעם 9טן דעצעמבער, 1:00 בײַ טאָג ניו־יאָרקער צײַט, וועט מען דורכפֿירן אַ פּאַנעל־דיסקוסיע וועגן ש. אַנ־סקי, „דער דיבוק“, און דער ווילנער טרופּע. עס וועלן רעדן די טעאַטער־היסטאָריקערין און דראַמאַטורגין נחמה סאַנדראָ; דבֿורה קאַפּלאַן, אַ פּראָפֿעסאָרין פֿון טעאַטער־שטודיעס בײַם „ברוך־קאַלעדזש“, וואָס האָט אָנגעשריבן אַ בוך וועגן דער געשיכטע פֿון דער ווילנער טרופּע, און דער עקספּערט פֿון ייִדישן פֿאָלקלאָר, איציק גאָטעסמאַן. די אַקטריסע, איבערזעצערין און טעאַטער־היסטאָריקערין קאַראַיִד אָ׳ברײַען וועט פֿירן דעם פֿאָרזיץ.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
