מוזיק־ווידעאָ: אַ נײַ, לעבעדיקע ווערסיע פֿון „איך בין אַ קליינער דריידל“Music Video: A lively new rendition of “I Have a Little Dreidel’’
דאָס ליד, געזונגען פֿון די דרײַ יונגע זינגערינס, פּאַסט זיך גוט צו צו דער יוטוב־תּקופֿה.

Graphic by Angelie Zaslavsky
די יונגע אַקטריסע, טענצערין און זינגערין דילין סידערס האָפֿמאַן האָט לעצטנס אַרויסגעלאָזט אַ חנעוודיקן מוזיק־ווידעאָ, אין וועלכן זי און צוויי חבֿרטעס, דאַני אַפּל און לאָרין זאַקולאַר, זינגען „איך בין אַ קליינער דריידל“ אויף ייִדיש. מוזיקאַליש איז זייער נוסח שטאַרק געראָטן, מיט האַרמאָניעס וואָס זענען הײַנטצײַטיק, אָבער פֿאַרשווײַגן ניט דעם טעם פֿון דער אָריגינעלער מוזיק.
דער מוזיק־ווידעאָ, רעזשיסטירט דורך סידערס האָפֿמאַן, צייכנט זיך אָבער באמת אויס מיט זײַן עסטעטיק, וואָס פּאַסט זיך גוט צו צו דער יוטוב־תּקופֿה. די אַזוי גערופֿענע „מיאוסע חנוכּה־סוועטערס“, וואָס זענען לעצטנס געוואָרן אַן איראָנישער „מים“ אין דער פּאָפּולערער קולטור, פֿאַררופֿן זיך אויף אַ סך אַנדערע חנוכּה־ווידעאָס, און פֿאַרשטייט זיך, אויף די ניטל־סוועטערס, וואָס זיי מאַכן נאָך.
דילין סידערס האָפֿמאַן שרײַבט און כאָרעאָגראַפֿירט טענץ אין אַן עקספּערימענטאַלן טאַנץ־טעאַטער אויף ייִדישע טעמעס. זי איז פֿריִער אויפֿגעטראָטן אין „די מכשפֿה“ בײַ דער פֿאָלקסבינע.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
