איין און נײַנציק־יעריקער שיל־בנין געראַטעוועט דורך אַ גרופּע קינסטלער91־year-old synagogue saved by a group of artists
עס האָט אויסגעזען ווי מע וועט בשום־אופֿן ניט קענען זאַמלען גענוג געלט צו קויפֿן דעם בנין — אָבער דערנאָך איז געשען אַ חנוכּה־נס.
לייענט דעם אַרטיקל אויף ענגליש.
אַ גרופּע קינסטלער האָט די וואָך באַוויזן צו ראַטעווען דעם בנין פֿון אַן אַמאָליקער שיל אין מאַרגייט, ענגלאַנד, בלויז עטלעכע טעג איידער מע האָט געזאָלט אים ליציטירן און מסתּמא אַראָפּרײַסן. לויטן נײַעם פּלאַן וועט דער בנין פֿאַרוואַנדלט ווערן אין אַ צענטער פֿאַר קונסט און קולטור.
די אָרטיקע קינסטלער, צוזאַמען מיט עטלעכע באַקאַנטע מוזיקער און פֿילם־שטערן, האָבן אין נאָוועמבער לאַנצירט אַ קאַמפּאַניע צו ראַטעווען דעם היסטאָרישן שיל־בנין. פֿראַנטשעסקאַ טער־בערג, אַ מוזיקערין וואָס האָט אָנגעפֿירט מיט דער קאַמפּאַניע, האָט פּרובירט צו שאַפֿן 300,000 פֿונט, אָבער זי און אירע חבֿרים האָבן בלויז באַוויזן צו שאַפֿן 12,552 פֿונט. צוליב דעם וואָס די פֿאַרוואַלטונג פֿון דער שיל האָט אַליין געוואָלט ליציטירן דעם בנין, האָט עס אויסגעזען אַז מע וועט טאַקע צעשטערן די שיל. (שוין דרײַ יאָר וואָס עס טרעפֿט זיך דאָרט ניט קיין מנין.)
אָט איז אָבער געשען אַ חנוכּה־נס. דעם 16טן דעצעמבער האָט אַן אַנאָנימער פֿילאַנטראָפּ אָפּגעקויפֿט דעם בנין און אים איבערגעגעבן דער פֿונדאַציע וואָס וויל אים פֿאַרוואַנדלען אין אַ קולטור־צענטער. די פֿונדאַציע, „דער קליפֿטאָנווילער קולטור־צענטער“, האָט איבערגעגעבן, אַז אַ דאַנק דעם אַנאָנימען מעצענאַט, ווי אויך דער שטיצע פֿון די באַרימטע אַקטיאָרן בען קינגסלי און סטיווען בערקאָף און דעם מוזיקער אימאָדזשען העפּ, וועט דער בנין בלײַבן גאַנץ. בסך־הכּל האָבן מער ווי 300 מענטשן בײַשטײַערט צו דער קאַמפּאַניע און אַ סך אָרטיקע אָרגאַניזאַציעס און געשעפֿטן האָבן פֿאַרשפּרייט די פּרטים וועגן דער קאַמפּאַניע.
מע פּלאַנירט צו עפֿענען דעם קולטור־צענטער סוף 2022. דערווײַל וועט מען האַלטן עפֿנטלעכע אַסיפֿות מיטן ברייטן עולם, כּדי אַלע אָרטיקע אײַנוווינער און אָרגאַניזאַציעס זאָלן קענען האָבן אַ דעה אין דעם, ווי אַזוי מע בויט דעם צענטער. די אָרגאַניזאַטאָרן האָפֿן אַז דער נײַער קולטור־צענטער וועט אָפּשפּיגלען „דעם קולטורעלן פּלוראַליזם פֿון קליפֿטאָנוויל דורך מוזיק, טעאַטער, טאַנץ, אויסשטעלונגען און מאכלים, וואָס גיבן איבער אַ טעם פֿון דער רײַכער אָרטיקער געשיכטע.“
ווי אַ טייל פֿון דער קאַמפּאַניע האָבן צענדליקער מענטשן אָנגעשריבן קאָמענטאַרן מיט זייערע זכרונות פֿון דער אַמאָליקער שיל. יענע זכרונות, ווי אויך די חפֿצים פֿאַרבונדן מיט דער היגער ייִדישער געשיכטע, וועלן פֿאַרוואַנדלט ווערן אין אַ פּערמאַנענטער אויסשטעלונג.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor