ווירטועלער שמועס אויף ייִדיש מיט זלמן מלאָטעקVirtual Yiddish conversation with Zalmen Mlotek
דער קינסטלערישער דירעקטאָר פֿון דער ”פֿאָלקסבינע“ וועט רעדן וועגן זײַנע עלטערן און זיך טיילן מיט זײַנע באַליבטסטע לידער.

Image by Mlotek Family
זלמן מלאָטעק, דער קינסטלערישער דירעקטאָר פֿון דער פֿאָלקסבינע און אַ מומחה אין דער ייִדישער פֿאָלק־ און טעאַטער־מוזיק, וועט רעדן מיט ניקאָלײַ באָראָדולין, דעם אַרבעטער־רינגס דירעקטאָר פֿון ייִדיש־קלאַסן, בשעת אַן עפֿנטלעכער פּראָגראַם.
אינעם שמועס, וואָס קומט פֿאָר ווי אַ טייל פֿון אַ סעריע אָנלײַן ייִדיש־אַקטיוויטעטן אָרגאַניזירט דורכן אַרבעטער־רינג, וועט מלאָטעק רעדן וועגן זײַנע יאָרן אינעם ייִדישן טעאַטער, וועגן זײַנע עלטערן: די כּלל־טוערס, זשורנאַליסטן און מוזיק־עקספּערטן יאָסל און חנה מלאָטעק. ער וועט אויך דערציילן וועגן דער פֿאָלקסבינעס קומענדיקע קאָנצערטן און פּיעסעס. בײַ דער געלעגנהייט וועט ער זיך טיילן מיט לידער, וואָס זענען בײַ אים און זײַן משפּחה ספּעציעל באַליבט.
די פּראָגראַם וועט טראַנסמיטירט ווערן זונטיק, דעם 31סטן יאַנואַר, 2:00 נאָך מיטאָג ניו־יאָרקער צײַט. מע קען זען דעם שמועס בחינם, אָבער מע בעט אַ בײַשטײַער פֿון $18 אונטערצושטיצן די ייִדיש־אַקטיוויטעטן פֿונעם אַרבעטער־רינג. כּדי זיך צו פֿאַרשרײַבן, גיט אַ קוועטש דאָ.
זלמן מלאָטעק איז אויפֿגעוואַקסן אין די „אַמאַלגאַמאַטעד־הײַזער“ אין די בראָנקס, און האָט זיך געלערנט בײַם לעגענדאַרן קאָנדוקטאָר לענאָרד בערנשטיין. איידער ער איז געוואָרן דער קינסטלערישער דירעקטאָר פֿון דער פֿאָלקסבינע, האָט ער אָרגאַניזירט פּראָמינענטע קאָנצערטן פֿון ייִדישער מוזיק אין „לינקאָן־צענטער“, אַרײַנגערעכנט אַ סעריע קלעזמער־ספּעקטאַקלען מיט יצחק פּערלמאַן.
יאָסל און חנה מלאָטעק האָבן דרײַסיק יאָר לאַנג אָנגעפֿירט מיט דער פּאָפּולערער רובריק „פּערל פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע“ און האָבן אויך לאַנצירט אַן ענלעכע רובריק, „פּערל פֿונעם ייִדישן ליד“, אין וועלכן זיי האָבן געפֿונען דעם טעקסט פֿון לידער, וואָס די לייענער האָבן געדענקט בלויז אַ טייל פֿון די ווערטער. אַלע דרײַ — יאָסל, חנה און זלמן — זענען לאַנגע יאָר געווען נאָענט פֿאַרבונדן מיטן אַרבעטער־רינג, יאָסל— ווי איר בילדונג־דירעקטאָר און חנה מלאָטעק — ווי אַ קאָמפּאָזיטאָרין פֿון לידער פֿאַר דער אָרגאַניזאַציעס שולן.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
