Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ווידעאָ: אַ נײַ ייִדיש ליד וואָס דערמאָנט אין דזשאָני מיטשעלWATCH: A new Yiddish song recalls Joni Mitchell’s music

עדה העטקאָס „און גאָט האָט אַ נײַע נײמאַשין“ שילדערט דעם ווידערוווּקס פֿון די בלומען פֿרילינג־צײַט דורך אַן אומדערוואַרטן מעטאַפֿאָר.

די זינגערין עדה העטקאָ האָט לעצטנס אַרויסגעלאָזט אַ ווידעאָ אין וועלכן זי זינגט איר נײַ ליד, „און גאָט האָט אַ נײַע ניימאַשין“. זי ווערט באַגלייט פֿונעם פּיאַנע־שפּילער, אורי שרעטער.

הערנדיק די שיינע מוזיק און שוועבנדיקע האַרמאָניעס וואָלט אַ צופֿעליקער צוהערער גרינג געקענט מיינען, אַז דאָס ליד איז אַרויס אין די סוף 1960ער יאָרן. העטקאָס צוגאַנג דערמאָנט גיכער אין דער פֿאָלק־ראָק־זינגערין, דזשאָני מיטשעל, איידער אין דער טראַדיציאָנעלער ייִדישער פֿאָלקסזינגערין, רות רובין אָבער קיין חסרון איז דאָס ניט. פֿאַרקערט. העטקאָ קען אויך פּרעכטיק זינגען אינעם סטיל פֿון די אַמאָליקע מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדישע פֿאָלקזינגער אָבער זי וויל ניט, אַז דאָס ייִדישע געזאַנג זאָל בלײַבן שטיין אויף אַן אָרט; עס דאַרף זיך אויך צופּאַסן צו די נײַע צײַטן.

בעת אַ פֿאָרווערטס־זומינאַר מיט העטקאָ און דרײַ אַנדערע יונגע ייִדישע זינגערינס אין באָסטאָן, האָט העטקאָ גערעדט וועגן איר ליבשאַפֿט צו דער נאַטור און ווי זי דריקט דאָס אויס דורך אירע לידער. אין דעם איצטיקן ליד באַנוצט זי זיך מיט אַן אומדערוואַרטן מעטאַפֿאָר — די ניימאַשין, אַ חפֿץ וואָס איז גיכער אַסאָציִיִרט מיט פֿאַבריקן איידער וועלדער. דאָ פֿיגורירט די ניימאַשין ווי אַ סימבאָל פֿון דער נאַטור און פֿונעם ווידערוווּקס פֿון די בלומען פֿרילינג־צײַט.

די נאַטור איז אויך געווען אַ באַליבטע טעמע בײַם פּאָעט, אַבֿרהם סוצקעווער, ווי מע זעט אין זײַן ליד, „וואַלדיקס“, וואָס העטקאָ האָט פֿאַראַיאָרן געשאַפֿן מוזיק דערפֿאַר און רעקאָרדירט, צוזאַמען מיט אַן ענגלישער איבערזעצונג.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version