Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

שאַרבנס פֿון אורמענטש נאָך עלטער פֿון נעאַנדערטאַלער אַנטדעקט לעבן רמלה, ישׂראלSkulls of pre-Neanderthal man discovered near Ramla, Israel

ישׂראלדיקע וויסנשאַפֿטלער האָבן געפֿונען אַן אַנדער גרופּע אורמענטשן, עלטער ווי נעאַנדערטאַלן, וואָס האָט זיך געמישט מיט אונדזערע אָבֿות.

די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט די באַקאַנטע וויסנשאַפֿטלעכע אויסגאַבע Science Magazine פֿאַרעפֿנטלעכט די רעזולטאַטן פֿון אַ פֿאָרשונג: אַ גרופּע תּל־אָבֿיבֿער אַרכעאָלאָגן האָט אַנטדעקט שאַרבנס פֿון אוראַלטע מענטשן, וואָס זענען געווען, ווי מע איז זיך משער, נאָך פֿריִער ווי די נעאַנדערטאַלער.

מיט 140-120 טויזנט יאָר צוריק האָבן יענע אוראַלטע לײַט געוווינט אויפֿן שטח פֿון דער הײַנטיקער צעמענט־פֿאַבריק אין נשר־רמלה (נעשער ראַמלאַ), נישט ווײַט פֿון לוד. דער פֿריש אַנטדעקטער מין אורמענטש האָט באַקומען דעם נאָמען, „נשר רמלה האָמאָ‟.

ד”ר רחל שׂריג, איינע פֿון די באַטייליקטע אין די פֿאָרשונגען, האָט באַטאָנט, אַז דאָס געפֿינס דערמעגלעכן צו ווײַזן, ווי אַזוי פֿון פֿאַרשיידענע גרופּעס אורמענטשן, וואָס האָבן אַמאָל באַזעצט דעם ראַיאָן אַרום דעם מיטל־לענדישן ים, האָט זיך באַקומען דער הײַנטיקער מענטש, Homo Sapiens. פֿריִער האָבן די אַרכעאָלאָגן אַנטדעקט אַנדערע מינים שאַרבנס אין די אַרומיקע היילן, אָבער האָבן נישט געוווּסט, וואָס פֿאַר אַ שײַכות האָבן זיי גענוי צו דער מענטשלעכער עוואָלוציע.

ווײַזט אויס, די נעאַנדערטאַלער האָבן זיך צו ערשט באַוויזן אינעם ראַיאָן פֿונעם הײַנטיקן לבֿנון, סיריע און ארץ־ישׂראל. דערנאָך האָבן זיי זיך געלאָזט קיין אייראָפּע, זיך אויסמישנדיק מיט אַנדערע פּראָטאָ־מענטשן. די תּושבֿים פֿון נשר־רמלה האָבן שוין גוט געוווּסט, ווי אַזוי צו כאַפּן גרויסע און קליינע חיות, צו מאַכן און אונטערהאַלטן דאָס פֿײַער, צו קאָכן און בראָטן זייער עסן, און צו טאָן אַנדערע פּשוטע מלאָכות. פֿריִער האָבן די וויסנשאַפֿטלער געמיינט, אַז בלויז די נעאַנדערטאַלער און דער מאָדערנער מענטש האָבן זיך דערטראַכט צו אַזעלכע טעכנאָלאָגיעס, הגם נאָך מיט צוויי מיליאָן יאָר צוריק האָבן געוויסע אורמענטשן שוין געוווּסט, ווי אַזוי זיך אָנצוּוואַרעמען בײַם ברענענדיקן האָלץ.

אין דער זעלבער וואָך ווי מע האָט אַנטדעקט די שאַרבנס אין לוד, האָט אַ גרופּע כינעזישע וויסנשאַפֿטלער איבערגעגעבן, אַז אַן אַנדער מין אוראַלטע מענטשן, Homo Lungi, קאָן זײַן נעענטער צו אונדז, ווי די נעאַנדערטאַלער. אַ שאַרבן פֿון אַזאַ אורמענטש האָט מען אַנטדעקט נאָך אין 1933, לעבן האַרבין, אַ גרויסע שטאָט אין צפֿון־מיזרח כינע. איצט האָט מען באַשטעטיקט, אַז דער־אָ שאַרבן געהערט צו אַ מענטש, וואָס האָט געוווינט בערך מיט 146 טויזנט יאָר צוריק.

ד”ר הילה מאַי, אַן אַנדער באַטייליקטע אין דער ישׂראלדיקער פֿאָרשונג, האָט דערקלערט, אַז די אַנטדעקונג וועט בײַטן די גאַנצע פֿריִערדיקע טעאָריע וועגן דער מענטשלעכער עוואָלוציע, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן, לויט איר מיינונג, דווקא אין ארץ־ישׂראל.

דאָס איז כּמעט זיכער אַ גוזמא. ס׳איז שווער צו גלייבן, אַז די אוראַלטע מענטשן האָבן זיך געהאַלטן אין בלויז איין געגנט. אויב זיי האָבן זיך פֿאַרשפּרייט אין גאַנץ אייראָפּע, האָבן זיי פֿריִער, מסתּמא, לכל־הפּחות געוואַנדערט איבערן ברעג פֿונעם מיטל־לענדישן ים. דערצו, ווי מיר זעען פֿון די כינעזישע פֿאָרשונגען, האָט זיך אין אַן אַנדער עק וועלט אַנטוויקלט, אין דער זעלבער צײַט, אַן אַנדער צווײַג פֿון דער צוקונפֿטיקער מענטשלעכער ציוויליזאַציע.

פֿון דער טראַדיציאָנעלער פֿרומער פּערספּעקטיוו, שטאַמען אַלע מענטשן אין דער וועלט פֿון אָדם און חוה. הרבֿ אַריה קאַפּלאַן, אַ באַקאַנטער רבֿ און אַ פּראָפֿעסיאָנעלער פֿיזיקער, האָט איבערגעגעבן אַ טעאָריע, לויט וועלכער אָדם איז געווען בלויז דער ערשטער מענטש פֿון אַ געוויסן סאָרט. מע קען זאָגן, אַז נאָכן חטא פֿונעם הימלישן אָדם־הראשון איז זײַן נשמה פֿאַרשיקט געוואָרן אין אַ גוף פֿונעם אורמענטש, וואָס שטאַמט פֿון מאַלפּעס. די מענטשלעכע ציליוויזאַציע, מיטן ערשטן כּתבֿ און אַנדערע ערנסטע חכמות האָט זיך טאַקע אָנגעהויבן בערך מיט זעקס טויזנט יאָר צוריק.

באַקומט זיך, אַז די סתּירות צווישן דער הײַנטיקער וויסנשאַפֿט און דער ייִדישער פֿרומער טראַדיציע קאָן מען טאַקע לייזן – הגם אַ טייל חרדים וועלן נישט מסכּים זײַן מיט די תּירוצים. וואָס זאָלן מיר אָבער טאָן מיט אונדזער קאָמפּליצירטן ייִחוס? געוויסע שטודיעס האָבן שוין אָנגעוויזן, אַז אונדזער נעאַנדערטאַלער גענעטיק קאָן משפּיע זײַן אויף דער אָנגייענדיקער קאָראָנאַווירוס־מגפֿה. אויב מיר שטאַמען נישט בלויז פֿון די נעאַנדערטאַלער, נאָר פֿון אַ גאַנצער ריי פֿאַרשיידענע גרופּעס אורמענטשן, קאָן אונדזער ביאָלאָגיע זײַן נאָך מער פֿאַרפּלאָנטערט. צום באַקאַנטן מדרש, לויט וועלכן דער ערשטער מענטש איז באַשאַפֿן געוואָרן פֿון אַלע יסודות אין דער וועלט, מוז מען צוגעבן, אַז מיר זענען אויך באַשאַפֿן געוואָרן אויפֿן סמך פֿון אַ גאַנצער ריי פֿאַרשיידענע פּראָטאָ־מענטשן.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.