ווידעאָ: נײַ ליד דריקט אויס קינדס זאָרג בײַם הערן ווי טאַטע־מאַמע קריגן זיךWATCH: New Yiddish song portrays child’s anxiety at hearing parents argue
דער מוזיק־ווידעאָ פֿון שאולי גראָסמאַן עפֿנט אויף אַ פֿענצטער אין אַ קינדס עמאָציאָנעלער וועלט, אויף אַ היימישן און רירנדיקן אופֿן.

Graphic by Angelie Zaslavsky
אַ נײַ ליד פֿונעם פּאָפּולערן לידער־שרײַבער און זינגער, שאולי גראָסמאַן, איז ערשט אַרויס, וואָס דריקט אויס די געפֿילן פֿון אַ יונג בחורל בײַם הערן ווי זײַנע טאַטע־מאַמע קריגן זיך כּסדר. דאָס ליד הייסט „טראַומאַ‟.
גראָסמאַן זינגט עס פּשוט, אָן קונצן. אין איין מאָמענט זאָגט ער צו אַז „ווען איך וועל זײַן גרעסער‟ וועט שוין זײַן גאָר אַנדערש.
דאָס ליד ווערט באַגלייט מיט אַן אַנימאַציע וואָס איז אויך פּשוט, ממש עפּעס וואָס מע וואָלט געקענט מאַכן אין דער היים. די אַנימאַציע איז אַ בײַשפּיל פֿון קאָמיק-קונסט אָדער „ביט-מאָדזשי‟ — אַ דיגיטאַליש קאַרטונבילד, וואָס יעדער איינער מיט אַ קאָמפּיוטער אָדער מאָבילקע קען אַליין צונויפֿשטעלן.
און טאַקע אין פּשטות שטעקט דער חן פֿונעם ווידעאָ און ליד. מע הערט נישט קיין אַנדערע פּרטים וועגן די עלטערן וואָס אַמפּערן זיך אָדער ווי עס ענדיקט זיך די מעשׂה בכלל. הערן הערט מען בלויז די מחשבֿות פֿון אַ בחור וואָס הייבט אָן באַנעמען די קאָמפּליקאַציעס און אָנשטרענגען פֿונעם דערוואַקסענעם לעבן.
שאוליס לידער זענען שטאַרק פּאָפּולער אויף דער חסידישער גאַס, און ווערן אָפֿט געזונגען פֿון באַקאַנטע זינגער ווי ליפּא שמעלצער. איין ליד וואָס ער האָט אַרויסגעלאָזט מיט עטלעכע חדשים צוריק, בינדט צונויף חסידישע פֿאָלקס־מעשׂיות מיט דער הײַנטיקער פּאָפּ־קולטור אויף אַ טשיקאַווען אופֿן.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
