ווידעאָ: דערוויסט זיך וועגן דעם גרויסן ייִדישן דראַמאַטורג, פּרץ הירשבייןVIDEO: Learn about the great Yiddish playwright, Peretz Hirshbein
אינעם ווידעאָ וועט איר אויך זען די ערשטע סצענע פֿונעם פֿילם באַזירט אויף הירשביינס באַקאַנטסטער פּיעסע, „גרינע פֿעלדער‟.

Image by National Center for Jewish Film
די וואָך מערקט מען אָפּ דעם געבוירן־טאָג פֿונעם גרויסן ייִדישן דראַמאַטורג פֿון די פּיעסעס, „גרינע פֿעלדער‟ און „דעם שמידס טעכטער‟, פּרץ הירשביין, וואָס איז געבוירן געוואָרן אין גראָדנע, ווײַסרוסלאַנד, דעם 7טן נאָוועמבער 1880.
אין דעם ווידעאָ גיט באָריס סאַנדלער איבער אַ צאָל וויכטיקע פּרטים וועגן הירשביינס לעבן. דער יונגער שרײַבער האָט, למשל, אין איינעם מיטן העברעיִשן פּאָעט, חיים נחמן ביאַליק, געשאַפֿן אַ דראַמאַטישע טרופּע כּדי צו שפּילן ליטעראַרישע פּיעסעס און אויפֿהייבן דעם קינסטלערישן ניוואָ פֿונעם ייִדישן טעאַטער.
מיט יאָרן שפּעטער איז ער מיט זײַן פֿרוי, די פּאָעטעסע אסתּר שומיאַטשער, געפֿאָרן אויף אַ פֿינעף־יאָריקער רײַזע איבער דער וועלט — אַרײַנגערעכנט דרום־אַמעריקע, כינע, יאַפּאַן און ארץ־ישׂראל, און אַרײַנגעשיקט זײַנע רעפּאָרטאַזשן אין דער אייראָפּעיִשער און אַמעריקאַנער ייִדישער פּרעסע.
דער ווידעאָ שליסט זיך מיט דער ערשטער סצענע פֿונעם פֿילם, „גרינע פֿעלדער‟, שיין רעסטאַוורירט פֿונעם „נאַציאָנאַלן צענטער פֿון ייִדישע פֿילמען‟
Hello, fellow Forward reader! I’m Joel Brown, a Forward reader and supporter for more than 15 years, and currently the chair of the board of directors.
I’m an avid Forward reader because it ticks so many of my essential boxes: excellent journalism, Jewish focus and diverse viewpoints. In today’s political climate, what I most appreciate is the Forward’s independence — made possible by the generosity of its membership.
The Forward is committed to bringing you unbiased, nuanced Jewish news. From my position as board chair, I see an exciting future as we expand our position as the definitive independent voice of contemporary American Judaism.
That’s why I’m paying it Forward, by matching $36,000 of reader gifts. It’s an investment in the Forward’s newsroom, to continue telling the American Jewish story with truth and independence.
— Joel Brown, Forward board chair
